בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פארמאך אלעס פרייטאג ביי חצות, העלף אנגרייטן פאר'ן גרויסן גאסט
שבת קודש, פרנסה, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


פרייטאג זאלסטו נישט ארבעטן נאך חצות. פארמאך אלעס ביי חצות, גיי אהיים העלפן אנגרייטן די שטוב פאר די גרויסע גאסט, שבת מלכתא.


שבת איז ווי א חתונה; אז מען האט א חתונה - גרייט מען זיך דערצו פאראויס, מען לייגט זיך אראפ שלאפן, מען באדט זיך און מען טוט זיך אן שיינע קליידער, מען ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט; כל שכן ווען עס קומט די הייליגע שבת - דארף מען זיך גרייטן ווי עס פאסט, אויפצונעמען די שבת.


אויף וואס האסטו אן אייגענע ביזנעס, אויף ארבעטן ווי א פערד - יוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ"?! עס שטייט קלאר אין הלכה, אן ארבעטער מעג ארבעטן פרייטאג שפעטער ווי מן המנחה ולמעלה, אבער א בעל הבית, איינער וואס ארבעט פאר זיך - זאגט דער מחבר (שלחן ערוך אורח חיים סימן רנא, סעיף א): "הָעוֹשֶׂה מְלָאכָה בְּעֶרֶב שַׁבָּת מִן הַמִּנְחָה וּלְמַעְלָה", דער וואס ארבעט ערב שבת שפעטער ווי זמן מנחה, "אֵינוֹ רוֹאֶה סִימַן בְּרָכָה", וועט נישט זען קיין ברכה אין די געלט; דאס הייסט אפילו ער וועט פארדינען פון די ארבעט - וועט ער פארלירן ערגעץ אנדערש. עס זענען דא צוויי שיטות וואס מיינט זמן המנחה, "יֵשׁ מְפָרְשִׁים מִנְחָה גְּדוֹלָה, וְיֵשׁ מְפָרְשִׁים מִנְחָה קְטַנָּה"; על כל פנים ביי דיין פאל וואס דו ארבעטסט פאר דיר, וואס דארפסטו ארבעטן ביז שפעט און אריינגיין אין שבת אויסגעמאטערט און אויסגעקוועטשט? ענדערש פארמאך דיין געשעפט ביי חצות און גיי גרייט זיך צום גרויסן גאסט.


איך האב דיך נישט פארפירט ביז אהער, מעגסטו מיך אויסהערן און פאלגן, דו וועסט נאר פארדינען דערפון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.