בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אחרי קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
טייערער ... בני ברק
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו פרעגסט וואס דו קענסט טון אז דו פארפאסט אסאך מאל דאווענען מנחה; איך וויל דיר בעטן זאלסט אלעס טון עס זאל נישט פאסירן אזא זאך, אריבער גיין א טאג אן דאווענען די דריי תפילות; די וויכטיגסטע זאך אויף וואס דו זאלסט זיך פארלייגן - איז אויף דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג, און זיי מקפיד צו דאווענען מיט מנין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח.), אז מען דאווענט מיט מנין גייען ארויף די תפילות, אפילו דער מענטש איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, און אז מען דאווענט ביחידות דעמאלט קוקט מען דורך דעם מענטש ווער ער איז, אויב איז ער ווערד אז זיינע תפילות זאלן אנגענומען ווערן; נאך זאגן די הייליגע חכמים (ברכות ז:), ווען איז אן עת רצון? "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט; זאלסטו מקפיד זיין צו דאווענען מיט מנין.
זיי נישט מזלזל אין דעם ווייל דאס איז וואס האלט א איד ער זאל נישט פארפאלן גיין. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ח), מחנה ישראל איז שחרית מנחה מעריב, די דריי תפילות האלט דעם איד ער זאל בלייבן ביי די קדושה און נישט אריינפאלן ביי די קליפות; די ערשטע צייט וואס מען קען דאווענען - דארף מען דאווענען (שיחות הר"ן, סימן לא), ווען מען שטייט אויף אינדערפרי - איז די ערשטע זאך שחרית, און נאכמיטאג - ווי נאר מען קען דאווענען מנחה - דארף מען גיין דאווענען, און אויב מען שטופט עס אפ קען מען חלילה פארפאסן א תפילה וואס איז מעוות לא יכול לתקן (ברכות כו.; שלחן ערוך אורח חיים סימן קח, סעיף ז).
מענטשן מיינען אז צו זיין א דערהויבענער איד דארף מען טון עפעס דערהויבענע זאכן, מען זוכט עבודות פון מלאכים, מען זוכט עפעס אנדערש, מען ווייסט נישט אז צו זיין אן ערליכער איד איז נאר דורך די זאכן וואס זעען אויס אין אונזערע אויגן ווי פשוט'ע זאכן, זיין אן ערליכער איד איז דורך דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, מיט א סידור, מיט א געשמאק, בעטן ביים אייבערשטן אלעס וואס מען דארף און אים דאנקען אויף אלע חסידם וואס ער טוט, דאס איז די העכסטע מדריגה. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען עס קומט צום דאווענען לייג איך אוועק אין דער זייט אלע הויכע כוונות, איך דאווען אזוי ווי א קינד דאווענט אין חדר מיט תמימות ופשיטות, ווייל דאס איז העכער פון אלעם".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.