בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.
איך האב געליינט דיין בריוו.
וויסן זאלסטו אז מיר טוט דאס נאך אסאך מער וויי; ווי קען א קינד זיך אזוי אויפפירן צו אייגענע טאטע מאמע?! וויי און ביטער איז פאר א קינד וואס פירט זיך מיט עזות צו די עלטערן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנָּם", אן עזות פנים וועט האבן דעם גיהנום אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
נעם דיר נישט צום הארצן ווי אזוי דיין שוועסטער פירט זיך וכו', קוק נאר אויף דיר; דו זיי מכבד דיינע עלטערן מיטן גרעסטן מאס כבוד. דיינע עלטערן זענען טייערע מענטשן, זיי זענען גרויסע בעלי חסד, זיי העלפן אלעמען; אויך מיר העלפן זיי זייער געטריי.
מיר קענען נישט פאררעכטן די וועלט, מיר קענען בלויז זיך אליינס פאררעכטן - אזוי וועט די וועלט פארראכטן ווערן. אזוי ווי דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געזאגט סוף ימיו: "אין מיינע יונגע יארן האב איך געמיינט אז איך וועל פאררעכטן די וועלט, שפעטער האב איך געזען אז איך קען נישט פאררעכטן די גאנצע וועלט האב איך געטראכט 'כאטשיג מיין שטאט וועל איך פאררעכטן', שפעטער ווען איך בין עלטער געווארן האב איך געזען אז איך קען נישט פאררעכטן מיין שטאט, האב איך געטראכט 'איך וועל פאררעכטן מיין משפחה', אבער ווען איך בין נאך מער עלטער געווארן האב איך געזען אז איך קען נישט קיינעם פאררעכטן, איך וועל פרובירן מיך אליינס צו מתקן זיין".
דיין מאמע'ס הארץ איז געלעכערט פון ווייטאג, זאלסטו זען אנצופילן די לאך פון דיין מאמע'ס הארץ; זע צו רעדן מיט דרך ארץ, אפילו מען שרייט אויף דיר ענטפער נישט צוריק.
אז דו וועסט זיך שיין אויפפירן וועט זי האבן נחת פון דיר, און דו וועסט זיך איינקויפן עולם הבא.
זאג נישט גארנישט פאר דיין שוועסטער; בעט דעם אייבערשטן אז עס זאל שוין אראפ קומען א רוח טהרה פון אויבן, אליהו הנביא זאל קומען שלום מאכן צווישן קינדער און עלטערן, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כד): "וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים, וְלֵב בָּנִים עַל אֲבוֹתָם", במהרה בימינו.