בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
פלאי פלאים! אלעס טוט מען, אלעס מאכט מען, אבער ווען דאס קינד בעט די עלטערן: "איך וויל חתונה האבן", "איך וויל א שידוך" - נעמט מען ארויס פון שאנק א שיינע העכערע סארט ווארט און מען הויבט אן זאגן: "עס איז באשערט", "עס איז נאכנישט באשערט", "עס וועט קומען די באשערטע מינוט".
אלעס ביז אהין טוט מען און מען מאכט, אלעס אין די וועלט גייט אן, מען רעדט נישט פון באשערט; אז מען מאכט א טעות, מען פארשפעטיגט די צייט - שרייט מען, אז מען האט עפעס אויסגעגאסן - כאפט מען קולות; נישט קיין באשערט, נישט קיין אמונה, און ווי נאר דאס קינד בעט: "איך וויל חתונה האבן", "איך וויל זיין ריין", "איך וויל בויען מיין שטוב" - הויבט מען אן זינגען די ניגון פון באשערט.
בעט דיינע עלטערן, זיי אפן מיט זיי; זיי טוען וואס איז גוט פאר זיי, דו זאלסט אויך טון וואס איז גוט פאר דיר אליינס, דו דארפסט חתונה האבן, אנהויבן דיין לעבן.