בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
די וואך שבת בענטשט מען שוין חודש אלול; איינע פון די זאכן וואס מען קען פועל'ן חודש אלול – איז א שידוך, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פז), אז אין די כוונות פון חודש אלול ליגט די סוד פון טרעפן א שידוך, און דאס איז מרומז אינעם פסוק (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א תֹאבֶה הָאִשָּׁה לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיךָ", וואס איז ראשי תיבות אלול, און אינדערמיט איז דא די ווערטער: 'תֹאבֶה הָאִשָּׁה', ווייל דורכדעם וואס מען טוט תשובה אין חודש אלול, מען פאררעכט אלעס וואס מען האט פוגם געווען – טרעפט מען די שידוך.
על כן ליבער בורדער זאלסטו אויסניצן די טעג פון חודש אלול צו בעטן דעם אייבערשטן צו טרעפן דיין שידוך, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מוחל זיין אויף אלעס וואס דו האסט פוגם געווען, טענה זיך, זאג: "הייליגער באשעפער איך ווייס אז מיין שידוך איז נאכנישט געשען צוליב מיינע חטאים אין וואס איך פאל כסדר אראפ, איך בין פוגם בברית רחמנא לצלן, און דאס האלט אפ מיין שידוך, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון יד, דף ל.): "חוֹבָא דָא", די עבירה, "גָרִים דְּנָטִיל אַחֵר בּת זוּגֵיהּ", איז גורם אז א צווייטער כאפט אויס די שידוך, אבער הייליגער באשעפער, אזוי קען איך נישט תשובה טון, איך דארף חתונה האבן צו קענען זיין אפגעהיטן און הייליג, כל זמן איך בין א פלג גוף פאל איך כסדר צוריק אין די נישט גוטע מעשים", אזוי ווי דער הייליגער צדיק רבי וועלוול זבאריזשער זכותו יגן עלינו האט געזאגט פארן אייבערשטן ווען זיין פערד און וואגן האט זיך אמאל איבערגעדרייט אין א קאלטע רעגנדיגע נאכט, דער צדיק האט געזען אז ער איז אליינס, און די פערד איז אים אריינגעפאלן אין א גרוב, האט ער געזאגט: "רבונו של עולם איך ווייס פארוואס דאס האט פאסירט מיט מיר, ווייל דו ווילסט איך זאל תשובה טון, אבער רבונו של עולם, דא קען איך נישט תשובה טון, דא איז קאלט און נאס און טינקל, ברענג מיך אהיים, דארט זאג איך דיר צו אז איך וועל תשובה טון", אזוי זאלסטו זאגן פארן אייבערשטן: "רבונו על עולם, אזוי קען איך נישט ווייטער, איך דארף חתונה האבן, איך דארף א שמירה, איך דארף א חומה, איך זאג דיר צו רבונו של עולם, אז איך וועל טרעפן מיין שידוך, איך וועל חתונה האבן וועל איך תשובה טון, איך וועל קיינמאל נישט מער זינדיגן".
אז דו וועסט זיך מתבודד זיי, דו וועסט טענה'ן צום אייבערשטן, דו וועסט חרטה האבן און זיך פארנעמען צו זיין ערליך, זאגט ווייטער דער זוהר (שם): "וְעִם כָּל דָּא, אִם חָזַר בִּתְיוּבְתָּא 'וְשָׁב וְרָפָא לוֹ', וְיָהִיב לֵיהּ בַּת זוּגֵיהּ", טרעפט מען די שידוך.
א כתיבה וחתימה טובה.