בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן; דו האסט מסיים געווען די צוועלפטע מאל ששה סדרי משנה, אזוי אויך לערנסטו ב'י'ת' נצחי און דו האסט מסיים געווען ירושלמי מסכת שביעית; דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו זעענדיג ווי דו האלסט אן דיינע שיעורים.
אויך פריי איך זיך זייער צו הערן אז דו ביסט עוסק אין הפצה; דו פארשפרייסט קארטלעך מיט די נומער פון 'קול ברסלב' וואו מען קען הערן שיעורים פון התחזקות וכו'; דער יונגערמאן וואס לייגט ארויף די שיעורים אויף 'קול ברסלב' זאגט מיר אז ער קען זען אויפן סיסטעם וויפיל מענטשן רופן אריין טעגליך, עס רעדט זיך פון טויזנטער מענטשן וועלכע רופן אריין יעדן איינציגן טאג און לאזן איבער הודעות אז דאס איז זייער לעבן וכו'; דערפאר זאלסטו ווייטער ממשיך זיין דאס צו פארשפרייטן פאר נאך אידן, זאלן נאך אידן לעבן און וויסן פון די זיסע עצות פון רבי'ן.
לגבי דיין ווייב אז זי וויל זיך פארשטעלן מיט א שייטל וכו'; עס איז נישט כדאי פאר פרויען בכלל זיך צו פארשטעלן אום פורים, בפרט אז זי וויל אויסטון איר טיכל - דאס איז זיכער נישט כדאי. פורים קומט אראפ זייער א גרויסע אור, עס איז א צייט פון מוסיף זיין קדושה, א צייט פון שמחה און המתקת הדינים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן י): "כְּשֶׁיֵּשׁ חַס וְשָׁלוֹם דִּינִים עַל יִשְׂרָאֵל, עַל יְדֵי רִקּוּדִים וְהַמְחָאַת כַּף אֶל כַּף נַעֲשֶׂה הַמְתָּקַת הַדִּינִין", דורך פאטשן אין טאנצן נעמט מען אראפ אלע דינים פון אידן; פורים קומט אראפ אזא ליכטיקייט וואס וועט בלייבן אויף לעתיד לבוא.
דערפאר איז נישט כדאי אראפ צו נעמען פון זיך צניעות; אז דיין ווייב וועט שפירן אז דו שעצט איר וועג ווי אזוי זי גייט אנגעטון א גאנץ יאר און אז דו פרייסט זיך מיט איר צניעות, וועט זי זיך נישט זוכן אויסצוטון איר צניעות.
לאז דיין שטוב זיין א ריינע; ברענג נישט אריין קיין שום כלי וכו' אפילו עס האט נאר אימיעל וכו', ווייל: "כָּךְ אוּמְנָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרָע", דאס איז דער טריק פונעם יצר הרע, "הַיּוֹם אוֹמֵר לוֹ עֲשֵׂה כָךְ", היינט רעדט ער צו דעם מענטש צו איין זאך, "וּלְמָחָר אוֹמֵר לוֹ עֲשֵׂה כָךְ", און מארגן צו א צווייטע עבירה, "עַד שֶׁאוֹמֵר לוֹ: עֲבוֹד עֲבוֹדָה זָרָה, וְהוֹלֵךְ וְעוֹבֵד", ביז ער רעדט אים צו ער זאל רחמנא לצלן אינגאנצן אפלאזן דעם אייבערשטן (שבת קה:).
שרייב מיר נאך וועסטו מיר מחי' זיין.