בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
פורים איז זייער א הייליגע טאג, מען קען זוכה זיין צו באקומען אסאך קדושה וטהרה, דעריבער וויל איך דיר זייער בעטן זאלסט זיך אכטונג געבן צו זיין הייליג און זיך פירן מיט יראת שמים, און אז דו גייסט ביי די שטיבער פרייליך מאכן און צאמנעמען צדקה – זאל דאס זיין בקדושה ובטהרה, עס מוז זיין אפגעטיילט די מענער מיט די פרויען, און אז דו קומסט אין א שטוב און עס איז דארט ליידער דא תערובות, מענער מיט פרויען, זאלסטו אוועק גיין פון דארט, זאלסט חס ושלום נישט זיין דארט.
די תורה זאגט (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער גייט כביכול אוועק פון א שטוב וואס עס דא דארט תערובות, און אז דער אייבערשטער געפינט זיך נישט דארט – איז די טומאה דארט, די קליפות און די סטרא אחרא זענען דארט.
לויף אוועק פון אזעלכע פלעצער, עס לוינט נישט צו פארלירן אלע קדושות און אלע טהרות וואס דו האסט זוכה געווען צו מקבל זיין ביי די מגילה און פון די מצוות היום.
איך בעט דיר ליבער ברודער, גיי נאר אין שטיבער און אין זאלן וואס איז אפגעזונדערט די מענער מיט די פרויען, און אפילו מען וויל דיר געבן גרויס געלט – זאלסטו נישט גיין ביי פלעצער וואו עס איז דא תערובות, (משלי א, טו): "בְּנִי, אַל תֵּלֵךְ בְּדֶרֶךְ אִתָּם", מיין קינד גיי נישט אויף זייער וועג, "מְנַע רַגְלְךָ מִנְּתִיבָתָם", גיי נישט אויף זייערע וועגן.