בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פחדים פונעם אלארעם אז עס קומט א באמבע
פחדים, אמונה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת צו, ט' ניסן, שבת הגדול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר, ירושלים


אז דו וועסט חזר'ן אמונה, דו וועסט זינגען: "אין עוד מלבדו, אפס זולתו, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, אלעס איז ער און ער איז אלעס" - וועסטו זיך נישט אזוי דערשרעקן ווען עס צינדט זיך אן די אלארעם אז עס קומט א באמבע, דו וועסט געדענקען: 'שהבורא יתברך שמו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס, אלעס האט א חשבון, יעדע באמבע האט אן אדרעסס, עס קען גארנישט פאסירן נאר אז דער אייבערשטער הייסט'.


בעט דיינע עלטערן דו זאלסט קענען קומען די קומענדיגע ראש השנה צום הייליגן רבי'ן אין אומאן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ה) ווער עס הערט שופר בלאזן פון א צדיק האט נישט מורא פון קיין רעמים, דאס מיינט מען אויך די אלארעמס, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נט.): "לֹא נִבְרְאוּ רְעָמִים אֶלָּא לְפַשֵּׁט עַקְמִימִיּוּת שֶׁבַּלֵּב", דער אייבערשטער מאכט עס זאל דינערן נאר צוליב דעם אז מענטשן זאלן תשובה טון, מענטשן זאלן ארויסנעמען פון הארץ די אלע פארדרייטע מחשבות, וואס זענען 'עקמימיות שבלב', דאס וואס מען רעדט זיך איין אז מען קען זיך אליין אן עצה געבן, מען קען זיך אליין אכטונג געבן, און פלוצלונג קומט א 'רעם', עס הייבט אן פייפן די אלארעם און מען זעט אז די ערב רב וואס שרייען: 'כוחי ועוצם ידו עשה לי את החיל הזה', קענען גארנישט מאכן און גארנישט טון, מען טוט תשובה; זאגט דער רבי, דער וואס הערט דעם צדיק שופר בלאזן דער דארף שוין נישט האבן די דינערן אים אויפצואוועקן ער זאל תשובה טון, דער טוט שוין ראש השנה תשובה, ווייל דער וואס הערט דעם קול פון צדיק - דער האט נישט קיין עקמימיות בלבו.


קום אין חדר, בלייב נישט אין שטוב, און ווען עס צינדט זיך אן די אלארעם און אויך ווען דו טראכסט פון די באמבעס, דו ווערסט דערשראקן - זאלסטו אנהייבן זאגן די תפילה: "הייליגער באשעפער איך בין אזוי דערשראקן, איך קען נישט נעמען די שרעק, איך פארליר מיין אטעם, העלף מיר איך זאל זיך נישט שרעקן, העלף מיר איך זאל געדענקען אז דו שטייסט אונטער די רעמים, דו מאכסט דאס אלעס אונז אויפצואוועקן פון שלאף, מיר זאלן לעבן מיט אמונה, הייליגער באשעפער איך קען נישט נעמען די שרעק, איך שפיר ווי איך ווער אויס, איך קען נישט, באשעפער היט אונז אפ, היט אפ כלל ישראל, היט אפ אלע אידן, און אלע אידן זאלן תשובה טון".


געב א גרוס פאר דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א גוט שבת.