בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#18 - חיזבאלא, כאמאס, איראן; קיינער קען גארנישט טון
פחדים, אמונה, תהלים, נייעס, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ג אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די עצה פטור צו ווערן פון די שטארקע פחדים - איז נאר אמונה; חזר'ן נאכאנאנד 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיך, דער אייבערשטער מאכט אלעס, דער אייבערשטער טוט אלעס; קיינער קען נישט טון נאר וואס דער אייבערשטער הייסט, נישט חיזבאלא, נישט כאמאס, נישט איראן, קיינער קען גארנישט טון נאר אז דער אייבערשטער זאגט'.


אויב איר האט שטארקע שרעק פון די נייעס – זאלט איר נעמען א תהלים און זינגען די ווערטער פון דוד המלך, ווי ער זינגט צום אייבערשטן (תהלים קיח, ו): "ה' לִי לֹא אִירָא, מַה יַּעֲשֶׂה לִי אָדָם", דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, איך האב נישט מורא, וואס קען מען מיר טון; ווען עס כאפט אייך אן א שרעק זינגט די ווערטער פון דוד המלך (שם נו, ד): "יוֹם אִירָא", אין דעם טאג וואס איך האב מורא, "אֲנִי, אֵלֶיךָ אֶבְטָח", פארזיכער איך זיך אין דיר אייבערשטער, זינגט די ווערטער (שם, ה): "בֵּאלֹקִים בָּטַחְתִּי", אינעם באשעפער פארזיכער איך זיך, "לֹא אִירָא", איך האב נישט מורא, "מַה יַּעֲשֶׂה בָשָׂר לִי", וואס קען מיר דען א מענטש טון.


די בעסטע היילונג פאר שרעק איז זינגען צום אייבערשטן ווערטער פון אמונה, ווערטער פון תהלים, ווי דוד המלך זינגט (שם כג, ד): "גַּם כִּי אֵלֵךְ בְּגֵיא צַלְמָוֶת", אויך ווען איך גיי אין א טונקעלע טאל, אין א שרעקעדיגע פלאץ, "לֹא אִירָא רָע", האב איך נישט מורא פון קיינעם, "כִּי אַתָּה עִמָּדִי", ווייל דו ביסט מיט מיר; דוד המלך איז אנטלאפן אין מדבר ווען די אראבער האבן אים געוואלט הרג'ענען, דארט אין די פינסטערע מדבר האט ער געזינגען די ווערטער צום אייבערשטן.


בעטס אייערע לערערינס זאלן רעדן צו ענק מער פון אמונה, ווייל נאר אמונה איז די עצה פאר פחדים; ווי מער מען נעמט אריין אמונה אז אלעס איז דער אייבערשטער - גייען אוועק די פחדים.


אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג תהילים קאפיטל כט. דער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה, סימן י): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", אז מען זאגט קאפיטל כט נעמט מען אוועק דעם רוח רעה וואס כאפט זיך אריין אינעם מענטש, דאס מיינט מען פאניק אטאקעס וכדומה.


"מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַה' בְּנֵי אֵלִים הָבוּ לַה' כָּבוֹד וָעֹז, הָבוּ לַה' כְּבוֹד שְׁמוֹ הִשְׁתַּחֲווּ לַה' בְּהַדְרַת קֹדֶשׁ. קוֹל ה' עַל הַמָּיִם אֵל הַכָּבוֹד הִרְעִים ה' עַל מַיִם רַבִּים. קוֹל ה' בַּכֹּחַ קוֹל ה' בֶּהָדָר. קוֹל ה' שֹׁבֵר אֲרָזִים וַיְשַׁבֵּר ה' אֶת אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן. וַיַּרְקִידֵם כְּמוֹ עֵגֶל לְבָנוֹן וְשִׂרְיֹן כְּמוֹ בֶן רְאֵמִים. קוֹל ה' חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ. קוֹל ה' יָחִיל מִדְבָּר יָחִיל ה' מִדְבַּר קָדֵשׁ, קוֹל ה' יְחוֹלֵל אַיָּלוֹת וַיֶּחֱשֹׂף יְעָרוֹת וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד, ה' לַמַּבּוּל יָשָׁב וַיֵּשֶׁב ה' מֶלֶךְ לְעוֹלָם, ה' עֹז לְעַמּוֹ יִתֵּן ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם".


איך האף צום אייבערשטן אייערע פחדים וועלן פון אייך אוועק גיין, איר וועט קענען לעבן א רואיגע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - חזר'ט זיך אמונה, און הערט נישט נייעס, וועט איר קענען לעבן
אמונה, נייעס, ארץ ישראל, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען איר גייט אין גאס און איר זעט די סטיקערס וואס די ציונים קלעבן: "לא עוצרים עד שמנצחים" - זאלט איר דאס נעמען א רמז פאר זיך, טראכטס 'איך וועל זיך נישט אפשטעלן מיט מיין עבודות השם ביז איך וועל זיגן, איך וועל ארבעטן אויף אמונה און שמחה אפילו עס איז מיר ביטער שווער, איך בין אזוי דערשראקן פון די מלחמות - דאך וועל איך ווייטער בעטן דעם אייבערשטן ביז איך וועל זיגן'.


אזוי אויך די אנדערע סטיקערס וואס זיי קלעבן אן אויף אלע גאסן ווי: "ביחד ננצח", אינאיינעם וועלן מיר באזיגן; די סטיקערס דארפן נישט דערשרעקן, די סטיקערס דארפן אייך דערמאנען פאר אייער עבודות השם, אז מיט שלום איז מען מצליח; מיט שלום בית, מיט שלום המשפחה, און מיט שלום מיט אלע חבר'טעס.


חזר'ט זיך אמונה, וועט איר קענען לעבן, און הערט זיך נישט צו צו די נייעס, די נייעס ווארפט נאר פחדים. אבער דער עיקר זאלט איר זיך חזר'ן אמונה, זונגט ניגוני אמונה און רעדט דיבורי אמונה: "קיינער קען גארנישט טון, דער אייבערשטער היט, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר"; דיבורי אמונה בארואיגט, דיבורי אמונה געבט כח.


מיינט נישט אז אין אמעריקע איז רואיגער, איבעראל דארף מען צוקומען צום אייבערשטן, איז וואויל דעם מענטש וואס לעבט מיט אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - ווען מען גייט אויס פון שרעק און עס טרעט צו צום געזונט
פחדים, אמונה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן א בריוו פון אייער מאן.


אייער מאן דערציילט וואס איר גייט אריבער אין די טעג זייט עס האט זיך אנגעהויבן די מלחמה, ווי איר גייט אויס פון שרעק, און עס טרעט ממש צו צום געזונט; ער פרובירט רעדן מיט אייך דבורי אמונה, און נאכאלץ זענט איר אין א שווערע מצב.


איך בעט אייך זייער, נעמט אריין אמונה, און זייט אייך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן, נאר אזוי וועט איר זיך בארואיגן און קענען לעבן, נאר אמונה איז די עצה.


די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא י.): "גוף קשה, פחד שוברו", א שטארקע מענטש ווערט צעבראכן פון שרעק; עס קען זיין דער שטערקסטער מענטש, ווי נאר ער הויבט אן האבן שרעק - ווערט ער דער שוואכסטער, און נאר מיט חזר'ן אמונה, זינגען ווערטער פון אמונה - נאר דאס מאכט שטארק.


אייערע ליפן זאלן א גאנצע צייט שעפשען די ווערטער: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיך", אזוי אויך די ווערטער: "קיינער קען מיר גארנישט טון, נאר אז דער אייבערשטער הייסט".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - עטליכע כללים וואס צו טון אין צייט פון מלחמה
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, הפצה, שיעורים כסדרן, נייעס, תיקון חצות, אחדות, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בראשית, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער אין ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


הדבר הראשון שטארקט אייך מיט אמונה, חזר'ט אייך 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער איז אין יעדע ארט, אלעס איז ער און קיין שום זאך קען פאסירן נאר וואס דער אייבערשטער מאכט'; מיט אמונה וועט איר זיך קענען האלטן רואיג.


געבט דאס איבער פאר אייערע קינדער. רעדט נישט מיט די קינדער קיין נייעס, רעדט מיט די קינדער אמונה, און ווען מען זעט און מען הערט די עראפלאנען זיך דרייען העכער די קעפ מיט שרעק, און ווען מען הערט ווי עס צופייפן זיך די פייפערס אז עס קומט עפעס וואס מען דארף זיך היטן - זאלט איר נישט לויפן מיט קיין בהלה, נאר טון וואס מען האט צו טון - זיך צו היטן און היטן די קינדער, און מיט א שמייכל, מיט שמחה - זאגן פאר די קינדער: "קיינער קען אונז נישט טון קיין שלעכטס, און קיינער קען אונז נישט טון קיין גוטס, דער אייבערשטער - ער איז מיט אונז".


הדבר השני, מיינע טייערע ברידער - הערט נישט קיין נייעס. דאס ביסל וואס איר דארפט וויסן אין א צייט פון מלחמה - זאלט איר הערן, אבער נישט זיצן אויף די נייעס, ווייל די נייעס איז ערגער פון די צרה אליינס, די נייעס נעמט אוועק די מוט, עס ווארפט אריין אין פחדים און שרעק השם ישמרינו. נישט קוקן קיין נייעס און זיכער נישט די בילדער און ווידיאוס פון רציחה; דאס איז נישט פאר א איד צו קוקן, דאס שאדט פארן נפש, עס שאדט פאר די הארץ; קוקן די ווידיאוס און קליפס - שעדיגט דאס איידעלע אידישע נפש, ודי למבין.


הדבר השלישי, יעדער איינער זאל זיך שטארקן מיט זיינע שיעורים כסדרן, מוסיף זיין נאך שיעורים. זיך מאכן א שיעור לערנען יעדן טאג חומש רש"י איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך א שיעור אין משניות, גורס זיין פרקים משניות, אחד המרבה ואחד הממעיט, ובלבד שיכוון לבו לשמים, אפילו בלי הבנה כלל, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שאין צריכין בלימוד רק האמירה לבד, לומר הדברים כסדר וממילא יבין", מען דארף זאגן די ווערטער און ביים סוף וועט מען פארשטיין. אויך זאל מען זיך מאכן א שיעור אין גמרא, די הייליגע גמרא - דאס פארברענט אלע קליפות ומשחיתים, דאס היט דעם מענטש, 'נישטא אזא הייליגע זאך ווי א בלאט גמרא'; מאכט זיך שיעורים אין רבינ'ס ספרים.


הדבר הרביעי, זאלט איר אלע זאגן יעדע נאכט תיקון חצות און זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן פאר אידישע קינדער. רעדן גוטס אויף אידישע קינדער, און אויך אויף די וואס ווייסן נישט פון תורה ומצוות. מוהרא"ש זאגט, מען לייגט זיך היינטיגע טעג שפעט, זאל מען זאגן איידער מען גייט שלאפן נאך קריאת שמע שעל המיטה - תיקון חצות; עס נעמט נישט לאנג, עס איז אפאר קאפיטלעך תהילים מיט א שטיקל קינות, א שאד נישט צו זאגן און בעטן פאר גלות השכינה, פאר חילול שמו הגדול ותורתו הקדושה, דא האט איר די פאר קאפיטלעך פון חצות:


(קאפיטל קלז): "על נהרות בבל", (קאפיטל עט): "מזמור לאסף", נאכדעם די שטיקל פון איכה (קאפיטל ה): "זכור ה' מה היה לנו, הביטה וראה את חרפתינו", און די פסוקים פון נ"ך: "הבט משמים וראה", און נאכדעם תיקון לאה. עס נעמט נישט לאנג, עס איז נאך אפאר קאפיטלעך תהילים, (קאפיטל כד): "לדוד מזמור, לה' הארץ", (קאפיטל מב): "למנצח משכיל לבני קרח", (קאפיטל מג): "שפטני אלקים", (קאפיטל כ): "למנצח יענך", (קאפיטל סז): "למנצח בנגינות", (קאפיטל קיא): "הללויה אודה", (קאפיטל נא): "למנצח בבוא אליו נתן הנביא", (קאפיטל קכו): "שיר המעלות".


ועל כולם זיך מוחל זיין איינער מיטן צווייטן, נישט האלטן קיין פיינטשאפט איינער צום צווייטן. יעצט ווען אידישע קינדער זענען אין אן עת צרה, די פעלקער ווילן אונז אלע טון שלעכטס - דארפן מיר זיך האלטן באחדות.


אויך זאלט איר טראכטן 'ווי וואלט איך אויסגעזען אנעם רבי'ן אין אזא צייט? וואו וואלט איך געהאט חיזוק?' דארף דאס געבן כח פאר אלעמען עוסק זיין מער אין הפצה. שעמט אייך נישט און פוילט אייך נישט צו עוסק זיין אין פארשפרייטן די עצות און חיזוק פון רבי'ן, יעצט נעמען אלע, אפילו די וואס א גאנץ יאר זאגן זיי 'מיר האבן פון אונזער רבי, מיר דארפן נישט פון ענקער רבי'. יעצט איז א צייט וואס אלע רבי'ס באהאלטן זיך, קיינער רעדט נישט, קיינער ווייסט נישט וואס צו זאגן, יעצט דארפן אלע די רבי פון אלע רבי'ס, דער הייליגער רבי, דער ברסלב'ער רבי, רבינו נחמן בן פיגא - זאל אונז טרייסטן, אזוי ווי די תורה זאגט די וואך (בראשית ה, כט): "זֶה 'יְנַחֲמֵנוּ' מִמַּעֲשֵׂנוּ וּמֵעִצְּבוֹן יָדֵינוּ", דער רבי טרייסט אונז פון עצבות און פון אלע שלעכטס.


מיינט נישט אז מיר זענען אין אמעריקע, מיר זענען מסודר, מיר ווייסן נישט וואס גייט אריבער; מיר זענען גוט צעבראכן, מיר זענען ברידער, פון אינמיטן אונזערע הקפות וואס מיר האבן געהערט אז שפכו דמים כמים סביבות ירושלים - זענען מיר אזוי צעקלאפט און צעשוידערט, מיר דאווענען, מיר זענען מתפלל אז משיח זאל שוין קומען, עס זאל נישט זיין מער קיין מלחמות און אלע אידן זאלן זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


דער שלטון המינות איז צעזעצט געווארן, אלע וואס האבן געזינגען 'מיר האבן א מיליטער, מיר האבן געווער' - זענען מיט די צינג אינדרויסן (איך רעד נישט פון די תינוקות שנשבו, איך רעד פון די פרומע נאכשלעפער וואס פאר אביסל געלט זיצן זיי אין די כנסת המינים ה' ישמרינו), נישטא קיין מיליטער, נישטא קיין געווער, דאס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, אזוי ווי דער נביא זאגט (זכרי' ד, ו): "לֹא בְחַיִל וְלֹא בְכֹחַ, כִּי אִם בְּרוּחִי, אָמַר ה' צְבָקוֹת".


חזר'ט די פאר כללים וואס איך בעט ענק, וועט ענק גוט זיין בזה ובבא.


א גוט שבת.

#14 - ווען עס פליען ראקעטן, לויפט מען אריין אין א פארמאכטע שטוב
חינוך הילדים, טעלעפאן, מאגאזינען, נייעס, מלחמה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואס טוען די אידן אין ארץ ישראל ווען עס פייפט די פייף אז עס פליט א ראקעט? מען לויפט אריין אין א פארמאכטע שטוב, אזוי ראטעוועט מען זיך; עס איז נישט גענוג צו אריינגיין אין שטוב, עס מוז זיין א פארמאכטע שטוב, מען זיצט דארט ביז עס ווערט רואיג.


דאס איז די וועג זיך צו ראטעווען, פארמאכן די שטוב; נישט אריינלאזן אין שטוב נייעס, צייטונגען און ווידיאו; פארמאכן די שטוב אז די מבול זאל נישט אריין רינען.


ליבער ברודער פארמאך דיין שטוב, ווארף ארויס די געטשקעס, די טעלעפאן, טעבלעט - וואס מען קען זען נייעס און עבירות, בוי זיך א תיבת נח - וועסטו ניצול ווערן פון אלעם שלעכטס.


א שטוב וואס טאטע מאמע האבן נישט קיין טעלעפאן איז גאר אנדערש פון א שטוב וואס מען האט טעלעפאנס; מען זעט דאס אויף די קינדער, אויף די יראת שמים; עס איז קיין פארגלייך.


כאפ א שפאציר, רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן - וועט דיר גוט זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - די נייעס פארכאפט און פארוואונדעט הונדערטער טויזנטער נעבעך
הפצה, נייעס, ארץ ישראל, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


שטארק זיך, און שטארק די בחורים און אויך די אינגעלייט. הער נישט קיין נייעס, די נייעס פארכאפט יעדן טאג משכונות; די רוצחים, די בלוט דורשטיגע וועלף האבן פארכאפט אסאך משכונות, אבער די נייעס פארכאפט און פארוואונדעט הונדערטער טויזנטער נעבעך, מען פייניגט זיך, מען ווערט קראנק גייסטיש השם ישמרינו.


זאג די בחורים און אינגעלייט זאלן גיין הפצה. יעצט נעמען אלע, די אלע וואס א גאנץ יאר זאגן זיי פאר מפיצים 'וואס קומט איר ביי אונז, מיר האבן אונזער רבי און ענק האבן ענקער רבי, איז וואס דארפט איר אונז אריינצווינגען ענקערע ספרים?' יעצט איז נישטא קיין 'אונזער רבי' 'ענקער רבי', אלע זענען באהאלטן אין די מייזן לעכער און נאר דער רבי פון אלע רבי'ס, דער הייליגער רבי - זיינע ספרים, זיינע ווערטער - זענען מחי' די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - א הערליכע יום טוב סוכות
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, אמונה, התחזקות, מוסדות, שטעטל, שלום, פרנסה, טעלעפאן, ישיבה, מאגאזינען, מחשבות, חדר, שמירת עינים, רבינו ז"ל, יום טוב, סוכות, עצות, ארץ ישראל, מעביר סדרה, גבאי, אחדות, שמחת תורה, מלחמה, ברית, אתרוג, בלעטל, הושענא רבה, כוונת הנענועים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


מיר האבן געהאט א הערליכער יום טוב, אנגעהויבן פון די ערשטע טאג סוכות ביז מוצאי שמחת תורה - איז געווען הערליך שיין. מיר האבן זוכה געווען צו טון די מצוה פון סוכה, די מצוה פון די ד' מינים, דער מנהג פון הושענות, פון הקפות; אזעלכע הייליגע מצוות, און מיטן הייליגן רבינ'ס הקדמות איז דאס ממש א מחי'.


איך הער זאגן אז ביי ענק אין שטעטל קרית ברסלב איז אויך געווען הערליך שיין, איך האב באקומען הערליכע גריסן, סיי פון פרעמדע און סיי פון אנשי שלומינו פון די דאווענען ביי ענק, פון הושענא רבה און הקפות. איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן בלייבן אין שטעטל, זען עס זאל זיין שיינע דאווענען און פרייליכע הקפות, איך וועל דיר אביסל שרייבן פון סוכות אין ישיבה ומתיבתא היכל הקודש.


ערב סוכות האט ביי אונז זייער שטארק גערעגנט, איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי און געזען מיין סוכה אנגעפילט מיט וואסער, אזוינס האב איך נאכנישט געזען, איך האב שוין מיין סוכה איבער צוואנציג יאר אין וויליאמסבורג, די סוכה איז געווען אנגעפילט מיט זייער אסאך וואסער. איך האב זייער שטארק געבעטן דעם אייבערשטן, אפילו מיט טרערן - עס זאל אויפהערן רעגענען, ווייל עס האט אויסגעזען אז מען וועט נישט קענען עסן אין די סוכה, און א מעשה פון תפילה, עס האט אויפגעהערט רעגענען און מיר האבן געקענט עסן אלע טעג אין די סוכה אן דארפן בכלל צומאכן די שלאק; קענסט אריין שטעלן די 'מעשה פון תפילה' אין שטעטל בלעטל.


אגב, די שטעטל בלעטל ווערט שענער און שענער. מען קען שוין היינט נישט ליינען קיין אנדערע מאגעזינען, וואו מען מאלט וואסער, מען רעדט און מען רעדט און מען קומט נישט צום ווארט; מען רעדט נישט פון אייבערשטן, מען רעדט נישט פון תפילה - איז וואס איז אינטערעסאנט די גאנצע ארטיקל... אבער די בלעטל - די צייטונג - וואס דו געבסט ארויס, איז יעדע ווארט 'אייבערשטער', עס איז אזוי שיין, אזוי ערליך, אזוי ריין.


נאר דער וואס רעדט צום אייבערשטן קען ליינען אונזער בלעטל, אז נישט - ווערט מען נערוועז פון נאכאמאל אייבערשטער און נאכאמאל אייבערשטער, אזוי איז מיט אלע דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש. קענסט אמאל הערן, מענטשן פרעגן, "ווי אזוי קענסטו לערנען אשר בנחל, עס שטייט דאך אין יעדע בריוו די זעלבע זאך 'רעד צום אייבערשטן', 'זאג משניות', 'רעד שיין צו דיין ווייב', ווי אזוי קען מען דאס ליינען זיבעציג טויזנט מאל?!' דער ענטפער איז, ווען מען איז ווייט פון די עבודות, מען לעבט נישט מיט התבודדות, מען לערנט נישט און מען שעצט נישט די ווייב - קען מען טאקע נערוועז ווערן פון דאס הערן נאכאמאל און נאכאמאל, אבער אז מען גייט מיט די עצות פון רבי'ן - דעמאלט שלינגט מען יעדע בריוו אזוי ווי פיש וואס קומען ארויף שלינגען נאך א טראפ רעגן וואסער.


אזוי אויך די דרשות אין ישיבה; נאר אז מען לעבט מיט דעם - איז דאס אינטערעסאנט, איינמאל מען לאזט אפ די הייליגע עבודות - קען מען שוין נישט הערן די דיבורים, מען ווערט שרעקליך נערוועז.


די ערשטע נאכט האבן מיר זיך אהיים געיאגט, מיר האבן נישט געוואוסט אויב עס גייט נאך רעגענען, מיר האבן געוואלט אריינכאפן צו עסן די כזית אין די סוכה, קענען מאכן א ברכה לישב בסוכה.


אויפן וועג אהיים בין איך געגאנגען זאגן גוט יום טוב פאר מיין ווייב תחי', זי איז געווען די ערשטע טעג ביי אירע עלטערן זיך אביסל אפרוען, איך בין איר געגאנגען באגריסן און זאגן גוט יום טוב. זי איז אליינס אהיים געקומען פון שפיטאל, איך בין נישט געפארן איר אהיים ברענגען, צוליב די שווערע רעגענס, מען האט נישט געוואוסט וואס גייט זיין, ווי לאנג די וועג וועט נעמען.


איך האב געגעבן א נאמען פאר מיין טאכטער די ערשטע טאג סוכות, ויקרא שמה בישראל, מלכה, נאך מיין שווערס מאמע עליה השלום, וואס זי הייסט נאך די בעלזא רעבעצין – מלכה. איר טאטע ר' משה שנעק עליו השלום איז געווען א בעלזער חסיד, און האט איר א נאמען געגעבן נאך די גרויסע צדיקת, די רעבעצין פון הייליגן שר שלום זכותו יגן עלינו. מיין שווער הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א האט געדאווענט מיט אונז און געזאגט דעם "מי שברך", געגעבן די נאמען.


נאכן דאווענען איז געווען א קידוש אין די סוכה אנטקעגן איבער די ישיבה, עס איז געווען א קליינער עולם די ערשטע טעג אין ישיבה, ממש א מנין.


צוישן מנחה מעריב האבן מיר געלערנט ספר מקור השמחה אות סוכות, עס איז געווען הערליכע דיבורים. מוהרא"ש זאגט, דיקא נאך יום כיפור, נאכן מוחל זיין אלע עבירות - דעמאלט קומט יום טוב סוכות, דעמאלט קען מען זיין פרייליך, מען הויבט אן צוריק שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג:): "בִּתְחִלָּה קוֹדֶם שֶׁחָטְאוּ יִשְׂרָאֵל, הָיְתָה הַשְּׁכִינָה שׁוֹרָה עִם כָּל אֶחָד וְאֶחָד", פאר מען האט געזינדיגט האט די שכינה גערוט ביי יעדן איינעם, "כֵּיוָן שֶׁחָטְאוּ נִסְתַּלְּקָה שְׁכִינָה מֵהֶם", נאכן זינדיגן איז די שכינה אוועק געגאנגען; און אז מען טוט תשובה קומט צוריק די שכינה, מען הויבט אן צוריק שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, ער הערט אויס וואס איך רעד צו אים און ער האט מיך זייער ליב'; דאס איז וואס מיר זענען זוכה יום טוב סוכות, נאך יום הקדוש וואס מיר האבן אלע זוכה געווען צו תשובה שלימה - זענען מיר יעצט אונטער די שאטן פון באשעפער.


איך האב נישט געדאווענט פארן עמוד די גאנצע ערשטע טעג, די בעלי תפילה זענען געווען האברך מרדכי ישראל משה נרו יאיר און האברך שלמה נרו יאיר. אויך איז געווען ממש א קליינער עולם, א מנין מצומצם, עס האט מיך דערמאנט דאס אנהויב פון די מנין אין וויליאמסבורג, ווי עס איז געווען קוים מנין, אבער די ליבשאפט, די אחדות - איז געווען זייער שטארק. איך האף אז אין שטעטל וועט זיין ליבשאפט, נאר פון דעם זאלסטו רעדן און נאר אויף דעם זאלסטו לייגן א געוויכט, און דאס בעט איך פון אלע גבאים היכל הקודש, פארלייגט זיך אויף שלום און ליבשאפט, דאס זאל זיין העכער אלעס. דער בריוו שרייב איך דיר אבער דאס איז פאר אלעמען, קענסט דאס אויפהענגען ביי אייך אין שול און אויך דאס ווייזן פאר אלע גבאים. איך שרייב דיר דאס ווייל איך האב הנאה אז דו בלייבסט ימים טובים אין שטעטל, דו ביסט דא צו בויען און העלפן די שטעטל.


אויפן וועג אהיים פון שול בין איך ארויף צו מיין שווער זאגן א גוט יום טוב. איך האב געהאט ביי אלע סעודות געסט בחורים, מען האט געזינגען און גערעדט שיינע דיבורים, אפשר וועסטו קענען עפעס באקומען פון זיי, אפשר וועסטו קענען צוריק באשרייבן אינעם בלעטל שיינע שמועסן ביי די שבת סעודות. עס איז א שאד אז די וואס האלטן מיט די שיינע שמועסן - געבן דאס נישט איבער פאר אנדערע, זיי האלטן דאס פאר זיך; אלע וואלטן זיך געקענט מחי' זיין.


דעם צווייטן טאג סוכות האבן מיר זוכה געווען צו שאקלען די ד' מינים. מיט די כוונת ווי מוהרא"ש לערנט אונז - איז די נענועים גאר אנדערש; רעכטס - בעט מען 'הייליגער באשעפער, ווען אלעס גייט רעכטס זאל איך געדענקען אז דאס ביסטו', לינקס - בעט מען 'רבונו של עולם, ווען עס גייט מיר לינקס, נישט ווי איך וויל - זאל איך געדענקען אז דאס ביסטו, איך זאל דאס אננעמען באהבה', פאראויס – 'ווען אלעס גייט כסדר, זאל איך וויסן אז דאס ביסטו, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל זיך נישט איינרעדן אין כוחי ועוצם ידי', אויבן – 'ווען איך בין א הימל מענטש, איך לערן און דאווען און איך טו מצוות זאל איך געדענקען פון דיר, דאס זאל זיין מיט דיר', מען קען לערנען און דאווענען און גארנישט האבן מיטן אייבערשטן, אלעס איז שלא לשמה; אינטן – 'ווען איך פאל אראפ, בקטנות המוחין - זאל איך זיין מיט דיר, איך זאל נישט פארגעסן אז אין שאול תחתית ביסטו אויך מיט מיר', מעריב – 'פארקערט, שלא כסדר - זאל איך געדענקען אז דו ביסט מיט מיר'.


מיין ליבער ברודער, יעדע יאר ווען איך שאקל מיט די כוונת מוהרא"ש רינט מיר טרערן פון מיינע אויגן, מיין הארץ ווערט מיר אזוי צעגאסן; וואס זאל איך דיר זאגן? איך זאג די זעלבע ווערטער וואס די חברים האבן געזאגט פארן הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, אין זוהר הקדוש געפינען מיר יעדע מאל רבי שמעון האט אנטפלעקט נאך ליכטיגקייט האבן די חברים זיך אנגערופן: "וואלטן מיר נישט באשאפן געווארן נאר צו הערן די זאך פון אונזער רבי, דער הייליגער ליכט, רבי שמעון - איז אונז שוין ווערד", איך זאג דיר אויך: "וואלטן מיר נישט זוכה געווען מקורב ווערן צום רבי'ן נאר צו הערן ווי אזוי מען שאקלט לולב און ווי צו זיצן אין די סוכה - איז אלעס ווערד".


מוצאי יום טוב האב איך פארגעלערנט גמרא, מיר האבן זיך זייער געשטארקט מיט די מתנה - דער סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און ווען עס קומט שמחת תורה, מען טאנצט מיט די תורה - איז מען אזוי פרייליך, מען האט מיט וואס זיך צו פרייען, מען פרייט זיך מיט די תורה; מיט חומש, מיט משניות, גמרא, ועוד.


דער ערשטער טאג חול המועד איז געווען זייער שיין, מען האט געדאווענט אין ישיבה, איך האב פארגעזאגט די הושענות. די נוסח פון הושענא נא - ווי מען בעט נאכאמאל און נאכאמאל דעם אייבערשטן: "העלף מיר, העלף מיר" - איז זייער מעורר. ביים רבי'ן איז געווען אזעלכע בכיות, מען פלעגט זען ארום די בימה איז געווען נאס, דער רבי פלעגט אזוי שטארק וויינען ביי די הושענות, און פון זיינע טרערן איז געווארן נאס ארום די בימה.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט אין ישיבה, אליהו הנביא; עס איז געווען א ברית, משה אהרן נרו יאיר האט געמאכט א ברית פאר זיין קינד. מען האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן פאר מיר און פאר דיר און פאר אלעמען.


נאכן דאווענען איז געווען די סעודת ברית אין די סוכה, איך האב גערעדט אפאר ווערטער. אויך בערל לעווי, דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש בלומינגראוו האט געזאגט אפאר ווערטער, ער האט געזאגט ער האט געלערנט תיקונים און ער איז ממש אויפגעשפרינגען צו טרעפן די ווערטער (תיקון סח): "גַּן עֵדֶן", וואס איז גן עדן? "מָצָא אִשָּׁה מָצָא טוֹב", א וואוילע ווייב, אזוי ווי עס שטייט (משלי יח, כב) אז מען האט חתונה איז גוט. "גֵּיהִנָּם", און וואס איז דער גיהנום? "וּמוֹצֶא אֲנִי מַר מִמָּוֶת אֶת הָאִשָּׁה", א שלעכטע ווייב, אזוי ווי עס שטייט (קהלת ז, כו) איין זאך איז ערגער פון טויט, א שלעכטע ווייב, "וְתַרְוַיְיהוּ בְּלִבָּא", און ביידע איז אינעם הארץ פונעם מענטש, א שלעכטע ווייב א גוטע ווייב - דאס איז אין הארץ פונעם מאן, "לֵב חָכָם לִימִינוֹ", א קלוגער ציט זיין הארץ צו רעכטס, ער טראכט 'עס איז מיר גוט, איך האב גוט חתונה געהאט, קיינער האט נישט בעסער פון מיר', און ווען עס גייט איבער אין שטוב, די ווייב שרייט, טראכט ער 'עס קומט מיר און עס איז נישט עק וועלט', (שם י, ב) "וְלֵב כְּסִיל לִשְׂמֹאלוֹ", און דער נאר ציט זיך צו לינקס, ער טראכט אלץ שלעכט, נעגעטיוו; שלעכט אויף זיך און שלעכט אויף די ווייב, ער זעט אלע שלעכטס אין איר, דאס איז דער גיהנום; די ווערטער חזר'ט מען טאג און נאכט אין חדר היכל הקודש, ווי אזוי מען קוקט אויפן לעבן - אזוי איז דאס לעבן, אז מען חזר'ט 'אלעס איז גוט; מיין ווייב איז גוט, זי איז דאס שענסטע און בעסטע' - איז עס טאקע אזוי, עס ווערט שענער און שענער, און אז מען טראכט 'יענער האט בעסער', מען טראכט שלעכטס אויף די ווייב - ווערט דאס לעבן ממש א גיהנום.


נאכמיטאג בין איך געפארן אפטראגן מיין ווייב תחי' אין א קימפעטארין היים, אונזער קימפעטארין היים אין שטעטל איז נאכנישט אפן, עס הייסט אז נאך יום טוב וועט זיך עס עפענען. עס קומט זיך צו פארדאנקען פאר אונזער געטרייער חבר יואל הכהן נרו יאיר וואס ער רוט נישט און ער ווערט נישט זאט פון העלפן דעם רבי'ן, ווי מער ער טוט ווערט ער מער אויסגעהונגערט צו טון נאך און נאך פארן רבי'ן. אויך קומט א גרויסן יישר כח פאר משפחת אייזיק אפפעל שיחיו, סיי ער און סיי זיין ווייב, ביידע ארבעטן זייער געטריי פאר די קימפעטארין היים, זיי וועלן דאס פירן און זיי וועלן זיך זארגן פאר די קימפעטארינס, זיי זאלן זיך קענען אפרוען.


א גאנצע וועג האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט אונז, אז מען האט א קינד, א געזונט קינד, און וויפיל מיר זענען שולדיג דעם אייבערשטן אים צו דאנקען און לויבן אויף זיינע חסדים.


ביינאכט איז געווען די יארצייט סעודה אין ישיבה, עס איז געווען גאר שיינע דיבורים, מען האט זיך מחזק געווען אויף אנהויבן א שיעור אין ספר הקדוש לקוטי מוהר"ן, ווי אפילו א פארשטאפטע הארץ וואס איז ווייט ווייט, אויב לערנט מען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן - איז מען זוכה אז עס שטאפט זיך אויף אלע פארשטאפטע אדערן.


מען האט גערעדט פון די שאלה וואס מען פרעגט א נשמה ווען זי קומט דארט ארויף (שוחר טוב משלי, פרק י): "צפית במרכבה", דאס מיינט מען נישט צו פרעגן אויב מען האט געלערנט די חכמה פון קבלה, מוהרא"ש זאגט מען פרעגט דעם מענטש: "האם חשבת מהקדוש ברוך הוא", האסטו געטראכט פונעם אייבערשטן? ביסטו ארומגעגאנגען מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן, מיט א בענקעניש? דאס איז די גרעסטע מדריגה צו וואס מען קען צוקומען, צו טראכטן פון באשעפער און רעדן צו אים.


מען האט געטאנצן פאר לאנגע שעות. ווייסט אודאי וואס ברסלב'ער חסידים טראכטן ביים טאנצן, מען טאנצט נישט ווייל מען וויל ווערן מער צעבראכן, עס זענען דא פלעצער וואס מען טאנצט מען זאל ווערן מער ערנסט און מער דעפרעסט; מיר טאנצן, ווייל מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר טוען מצוות, מיר האבן א רבי וואס געבט אונז עצות און ווייזט א וועג פון יעדע פארקראכענע ווינקל צו קענען צוריקקומען צום אייבערשטן.


דינסטאג, די צווייטע טאג חול המועד - איז געווען זייער שיין, איך האב זוכה געווען צו מסיים זיין נאכאמאל תיקוני זוהר. איך בין זיך אזוי מחדש ווען איך לערן ספר תיקונים, יעדע מאל וואס מען לערנט תיקוני זוהר זעט מען נאכאמאל און נאכאמאל דאס גרויסקייט פון מצות תפילין, מצות ציצית, דאס גרויסקייט פון היטן אות ברית קודש און היטן שבת ויום טוב; איך פרוביר זייער שטארק עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען תיקונים.


מיטוואך, דעם דריטן טאג חול המועד - האבן מיר געדאווענט אין ישיבה, איך האב פארן דאווענען מסיים געווען מסכת סוכה. מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען די מסכתא פונעם יום טוב, איך טו דאס אלע יארן, איך הויב אן יום טוב סוכות מסכת סוכה און ערגעץ אינמיטן יום טוב בין איך דאס מסיים. אויך האב איך מסיים געווען נאכאמאל חמשה חומשי תורה, שנים מקרא ואחד תרגום מיט פירוש רש"י, אזא שמחה, אזא פארגענוגן; אז מען לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י איינגעטיילט לויט די וואך - איז מען זוכה ווען עס קומט סוף יאר אז מען ענדיגט די גאנצע תורה.


נאכמיטאג בין איך געפארן מיט מיינע קינדער קיין בארא פארק באזוכן מיין טאטע מאמע, איך האב דארט געדאווענט מנחה מעריב. נאכדעם בין איך געגאנגען באזוכן איינער פון מיינע פעטערס וואס דארף א רפואה שלימה.


איך האב פארברענגט ביי מיינע עלטערן אפאר שעה, געשמועסט שיינע זאכן און געגעסן א סעודה, פון דארט בין איך אהיים לייגן שלאפן מיינע קינדער. יעצט יום טוב בין איך דער טאטע און מאמע, איך פארע זיך מיט מיינע קינדער, און וואס מער איך פארע זיך מיט די קינדער - דאנק איך דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס ער האט מיר געגעבן, א ווייב וואס זארגט אזוי פאר די קינדער און מאכט מיר גרינגער דאס לעבן, איך זאל קענען לערנען און דאווענען.


דאנערשטאג, די פערטע טאג חול המועד - איז געווען הערליך שיין, עס זענען שוין אנגעקומען אינגעלייט פון שטעטל צו זיין אין ישיבה די צווייטע טעג. איך פרעג שטענדיג די אינגעלייט פון שטעטל: "וואס טוט מען אין שטעטל?" אויב מען רעדט נאך פון רבי'ן, אויב מען בענקט זיך נאך צום אייבערשטן, אדער עס איז שוין געווארן א פלאץ ווי אנדערע פלעצער, מען רעדט פון געלט און פון דעם און יענעם; איך פרעג נישט די פראגע מען זאל מיר ענטפערן, איך פרעג ווייל איך וויל נאכאמאל דערמאנען די אינגעלייט וואס איז די שטעטל, וואס איז די מטרה, דער ציל; דער בעל תפילה האט דאך פיינט געהאט ווען מען רעדט פון געלט (סיפורי מעשיות, מעשה יב), אז מיר זענען געגאנגען וואוינען חוץ לישוב דארפן מיר זיך בענקען צו זיין אן ערליכער איד, זיך זינגען: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", ארומגיין מיט בענקען צום אייבערשטן, קרעכצן און שרייען: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין אן ערליכער איד"; די וועלט איז נישט און מען קען זי נישט האבן, תורה תפילה איז יא און מען קען זי האבן; מען זאל נישט פארגעסן אז מיר זענען דא נאר פאר אביסל, מיר גייען שוין באלד אהיים, די געלט איז נישט קיין זאך וואס מען נעמט מיט, די געלט בלייבט דא, נאר משניות און בלעטער גמרא, און ועל כולם די ווערטער וואס מען האט זוכה געווען ארויס צו רעדן, ארויס צו כאפן - דאס נעמט מען מיט.


אויך פון ארץ ישראל זענען געקומען געסט, האברך יוסף הכהן, האברך חיים שלום, אויך דער מגיד שיעור משה שמואל. מיר האבן אביסל געשמועסט שיינע זאכן, שיחות פון רבי'ן. מיר זענען געגאנגען דאווענען, ביי די נענועים האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זייער געוויינט פון בענקשאפט צום אייבערשטן.


נאכמיטאג זענען מיר געווען אין די סוכה אין ישיבה, מיר האבן געזינגען שיינע ניגונים לכבוד יום טוב מיט מוזיק. מיר האבן געזינגען "וכל מאמינים" מיטן ניגון וואס מען זינגט ביי אונז אין די משפחה, מקובל פון הייליגן רבי אלעזר ניסן, א זון פון הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו. דער ניגון האט מען געזינגען ביים הייליגן ייטב לב אויף "וכל מאמינים", (דער ניגון האסטו געזינגען די יאר ליל ראש השנה ביי לכה דודי).


איך האב מסדר געווען די מלמדים אין וויליאמסבורג, די יאר הבא עלינו לטובה בין איך דער מנהל, אויך וועל איך נישט זיין אין אפיס רוב טאג, איך וועל זיין אין אפיס נאר נאך מנחה. איך וועל זיין דער מגיד שיעור פאר די בחורים, מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיצן מיט זיי פון אינדערפרי ביז נאך מנחה, און נאכמיטאג געבן א שיעור.


מיר האבן געלערנט די גמרא שיעור און זיך געשטעלט דאווענען מנחה מעריב. משנה תורה האט געליינט אשר ראנד נרו יאיר, נאך משנה תורה האבן מיר געהאט א סעודה אין די סוכה, די געטריי גבאים ישעי' און שבתי האבן געארבעט א גאנץ יום טוב, צוגעשטעלט אלעס וואס מען דארף - מיטן גאנצן הארץ.


ביי די סעודה האבן מיר גערעדט ממש אפאר ווערטער, פון דאס גרויסקייט פון הושענא רבה, פון רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן.


ביינאכט ליל הושענא רבה נאכן סעודה האבן מיר אויסגעזאגט גאנץ תהילים און אהיים זיך אביסל צוגעלייגט; מוהרא"ש זאגט פון הייליגן רבי'ן: "יום טוב שבועות איז דער עיקר דאס אויפזיין, און הושענא רבה איז דער עיקר דאס זאגן, נישט דאס אויפזיין".


פרייטאג, הושענא רבה – זענען זיך צוזאמגעקומען א גרויסע עולם אנשי שלומינו, מען האט געדאווענט אינאיינעם, געזינגען הלל אינאיינעם. איידער די הושענות האב איך געזאגט אפאר ווערטער, מען זאל נישט ווארטן אויף א טעם אדער געפיל, מען זאל שרייען 'הושענא', 'הושענא', ווייל יעדע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן איז זייער חשוב אויבן.


צווישן אלע הקפות האב איך גערעדט אפאר מינוט, בעיקר אז מען זאל אויסנוצן די הייליגע מינוטן זיך אויסצוקרעכצן צום אייבערשטן, ארויסזאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן; אפילו מען איז בבחינת הושענא, בבחינת ערבה בלי טעם ובלי ריח - דאך זאל מען רעדן צום אייבערשטן.


אויך האב איך געבעטן אנשי שלומינו אז יעצט ווען מיר האלטן די ד' מינים, די הייליגע אתרוג, וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ראיה, סימן י): "הִסְתַּכְּלוּת עַל אֶתְרוֹג הוּא רְפוּאָה לִכְאֵב עֵינַיִם", אתרוג איז מסוגל פאר אויגן ווייטאג - דאס מיינט מען אויך אויב מען פארשמירט די אויגן, זאל מען זיך גוט אויסבעטן און אויסשמועסן די גאנצע נושא פונעם טעלעפאן, יעדער איינער דארף דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, וואס ער זאל טון; בפרט די וואס דארפן דאס האבן פאר פרנסה זאלן פרעגן דעם אייבערשטן: "וואס טו איך? ווי אזוי זאל איך מיך פירן? דארף איך א טעלעפאן? דארף איך די עפפס אויפן טעלעפאן? הייליגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר? מיט מיין נשמה? מיט מיינע קינדער? מיט מיינע דורות?" נאר תפילה איז די עצה.


אויך האבן מיר זיך זייער מחזק געווען: "הושענא נא, בלתך אין להושיע הושענא נא", מען דארף וויסן אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן, און אז מען רעדט זיך איין 'דער וועט מיר העלפן, יענער וועט מיר העלפן' - איז מען נעבעך א גרויסער רחמנות, ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער געבט פרנסה, ער מאכט אלעס און טוט אלעס.


שמיני עצרת ביינאכט - איז געווען זייער פרייליך, די הקפות איז געווען זייער פרייליך, אויסנאם שיין, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל האט געטאנצן און געשפרינגען, מען האט געשפירט אזא שמחה.


צווישן די הקפות האבן מיר געזינגען מיט די קינדער שיינע ווארעמע ניגונים, מען האט געענדיגט די הקפות צען אזייגער.


שמיני עצרת אינדערפרי, פארן דאווענען - האבן מיר געלערנט א שטיקל פונעם סידור עת רצון, די שטיקל פון אלוקי נשמה. מוהרא"ש זאגט דארט אז די ברכה פון "ואתה עתיד להחזירה לעתיד לבוא" און "המחזיר נשמות לפגרים מתים" דאס מיינט מען יעצט אויך, ווען מען שפירט זיך אזוי ווי טויט, מען איז אראפגעפאלן אין עבירות - קען מען זיך צוריק באנייען, מען קען ווערן צוריק לעבעדיג, דאס איז די שיינקייט פון צדיקים אז זיי באנייען זיך און זיי באנייען אונז מיר זאלן שטענדיג אנהויבן פון פריש.


מיר האבן געדאווענט, געזינגען הלל און געבענטשט גשם. נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, מען האט זיך מחזק געווען אז די מפתח פון גשם – פון פרנסה - ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט, און ווער עס רעדט זיך איין אז די פרנסה קומט דורך פלוני אלמוני - איז א גרויסער רחמנות, די שליסל פון פרנסה ליגט נאר ביים אייבערשטן. עס זענען געווען אסאך חברים פון שטעטל, פרעג זיך נאך ביי זיי, מאך מיט זיי אינטערוויוס; זאל יעדער דערציילן וואס ער האט געהערט און געשפירט יום טוב ביי אונז.


ביינאכט צווישן מנחה און מעריב האבן מיר זיך געזעגנט פון די סוכה. מען האט געזינגען שיינע ניגונים פון יום טוב און זיך מחזק געווען צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיט משניות און גמרא.


שמחת תורה ביינאכט - איז געווען הערליכע הקפות מיט א מורא'דיגע שמחה. אסאך געסט זענען געקומען, אויך חסידי חב"ד זענען געקומען, זיי קומען אלע יארן. עס איז אזוי שיין צו זען ווי אידישע קינדער טאנצן אינאיינעם, געווענליך טאנצט מען יעדער מיט זיין שבט, און ווען עס קומט א צווייטע שבט ווערט מען אומבאקוועם, אבער געלויבט דעם אייבערשטן מוהרא"ש האט דאס אויסגעריסן פון אונז, מיר זאלן זיך ליב האבן אפילו אנדערע שבטים, אנדערע אפשטאמען, ווייל מיר זענען ברידער, מיר זענען אלע בני אברהם יצחק ויעקב.


ביינאכט אינמיטן די הקפות איז אריינגעקומען האלבע נייעס פון די שוידערליכע רציחות אין ארץ ישראל. דאס האט מיך זייער צעבראכן, איך האב דאס נישט ארויסגעוויזן, ווייל יום טוב דארף מען זיין פרייליך - אבער די קאפ האט מיר זייער געדרוקט, איך האב נישט געהאט קיין מנוחה, ביז יעצט בין איך זייער צעבראכן, איך בעט און בעט א גאנצן צייט דער אייבערשטער זאל היטן אידישע קינדער.


אוי ווי דער הייליגער רבי פון סאטמער האט געוויינט ווען די ערב רב האבן געגרינדעט די טריפה'נע מדינה, ער האט געוויינט אויף די בלוט וואס גיסט זיך און אויף די בלוט וואס זיי וועלן פארגיסן; היינט זאגן אלע: "אוי ווי דער סאטמער רב איז געווען גערעכט". עס איז געווען ביי די זעקס טעג מלחמה האבן די פרומע נאכשלעפער געשריגן: "ניסים!" דעמאלט האט דער רבי געוויינט און געשריגן פון זיין ריינע הארץ אויף די אלמנות און יתומים וואס איז דא פון זיך רייצן מיט די אראבער.


ווי זענען די אלע פרומע נאכשלעפער וואס גרויסן זיך טאג און נאכט: "מיר האבן א מיליטער", "מיר האבן די בעסטע טאנקען"? יעצט זעט מען ווי צושאנד און צושפאט זיי זענען, מען זעט קלאר אז מען קען זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן, מען קען זיך נאר פארלאזן אויף אים, נאר ער קען אונז העלפן און וועט אונז העלפן.


שמחת תורה בייטאג איז די דאווענען געווען זייער שיין. מיר פירן זיך אז דער בעל תפילה ביי שחרית הויבט אן 'הא-ל בתעצמות' אזוי ווי יום טוב, און ביי 'המלך' זאגט מען די נוסח פון ראש השנה, און 'שוכן עד' זאגט מען די נוסח פון שבת, נאכדעם זינגט מען ווייטער 'רננו צדיקים' - מיט די נוסח פון יום טוב. איך האב געטראכט ביים דאווענעם 'איך וויל נישט די דאווענען זאל זיך אמאל ענדיגן, עס איז דאך אזוי זיס אזוי הארציג'. מיר זינגען 'א-ל מלך גדול' מיט א ווארעמע ניגון, אויך זינגען מיר 'ממקומך', אויך קדיש תתקבל זינגען מיר אלע טעג פון יום טוב.


נאך שחרית, נאכן זינגען הלל - האבן מיר אינאיינעם געזאגט תיקון הכללי.


ביי די הקפות האבן מיר געטאנצן מיטן ניגון: "א מחי' פיאות, א מחי' בארד, א מחי' ציצית, א מחי' תפילין, א מחי' שבת, א מחי' סוכות". די הקפות שמחת תורה אינדערפרי איז אזוי פרייליך, צווישן די הקפות רעד איך אפאר ווערטער. יעדע הקפה רעדט מען פון יענע ספירה; די ערשטע הקפה פון חסד, פון הפצה; צווייטע הקפה פון גבורה, דריטע הקפה פון תפארת, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ליב האבן אידישקייט, ליב האבן א בארד און פיאות, ליב האבן צניעות, די פרויען זאלן זיך שערן די האר נאך די חתונה און דאס ליב האבן.


ביי די הקפות איז א צייט וואס מען קען פועל'ן ארויס צו גיין פון אלע שלעכטע תאוות און מידות רעות - דורך שמחה, דורך טאנצן מיט די תורה.


מוצאי יום טוב האבן מיר געהערט די ביטערע נייעס אז אראבער זענען אריינגעקומען פון עזה און אויסגע'שחט'ן הונדערטער אידן השם ישמרינו, אזא שוידערליכע שחיטה, און פארכאפטע משכונות, און טויזנטער אידן זענען פארוואונדעט. מען זעט מער און מער וואס דער הייליגער רבי פון סאטמער האט אזוי געוויינט ווען די מדינה האט זיך געגרינדערט, אז עס וועט זיך נישט ענדיגן גיסן אידיש בלוט; זייט זי שטייט גיסט זיך בלוט. מען דארף אזוי שטארק בעטן דעם אייבערשטן משיח זאל קומען און דער גלות זאל זיך שוין ענדיגן.


הויב שוין אן מעביר סדרה זיין, ווארט נישט אויף סוף וואך, טייל איין די פרשה לויט די וואך, יעדן טאג אביסל; זינטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער.


איך דארף מקצר זיין, מיין ווייב איז יעצט אהיים געקומען פון זיך אפרוען, איך דארף העלפן אין שטוב מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - קום צום רבי'ן איף ראש השנה
צדיקים, ראש השנה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת האזינו א', כ"ד אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו), אלעס דארף מען פאלגן א צדיק, אויסער אויב ער זאגט נישט קומען ראש השנה; דאס הייסט אפילו ווען דער הייליגער רבי זאל זאגן נישט קומען, זאגט דער רבי מען זאל נישט פאלגן, מען זאל יא קומען.


אז דיין רבי האט דיר געזאגט נישט קומען די יאר ווייל עס איז א שעת מלחמה - זאלסטו נאכאלץ קומען. ווייל דער הייליגער רבי האט אויך געזאגט פאר דעם ברסלב'ער רב רבי אהרן ער זאל נישט קומען, און נאכדעם האט דער רבי געהאט צער אז ער איז נישט געקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#10 - די שרעקליכע שוידערליכע נייעס פון ארץ ישראל
תפילה והתבודדות, אמונה, ניגונים, סכנה, נייעס, ארץ ישראל, מלחמה, השתדלות

בעזרת ה' יתברך


אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר האבן געהערט די שרעקליכע שוידערליכע נייעס, אז רוצחים אראבער זענען געקומען און גע'שחט'ן הונדערטער אידן השם ישמרינו, און געפאנגען אומשולדיגע אידן, קינדער און עלטערע אידן; פון אינמיטן יום טוב ווען די נייעס איז אנגעקומען צו אונז - האבן מיר נישט קיין מנוחה.


מיר דארפן געדענקען וואס די הייליגע תורה זאגט (תהלים קכז, א): "אִם ה' לֹא יִשְׁמָר עִיר", אויב דער אייבערשטער היט נישט דעם שטאט, "שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר", איז גארנישט ווערד די היטערס; דאס זעט מען יעצט, ווען זיי בארימען זיך מיט זייער מיליטער, מיט זייער קלוגשאפט, מיט כוחי ועוצם ידי, זאל אזוינס פאסירן; עס זאל אריבערגיין צענדליגער שעות וואס אראבער זאלן גיין פון הויז צו הויז און אויס'שחט'ן טייערע אידישע קינדער.


אודאי דארף מען זיך היטן פון די רוצחים, און אז עס איז א צייט פון מלחמה - דארף מען טון וואס מען קען זיך צו היטן, אבער זיך נישט איינרעדן קיין איין רגע אז די שומרים - זיי קענען העלפן; נאר דער אייבערשטער, ער העלפט און ער וועט אונז ראטעווען.


מיר דארפן זיך שטארקן מיט אמונה און תפילה. געבט אכטונג נישט זיך פארלירן, היט אויף ענקערע משפחות, זעט עס זאל זיין רואיג אין שטוב, די קינדער זאלן זיין רואיג. הערט נישט די נייעס, נאר אביסל וויפיל עס פעלט אויס צו וויסן, אבער נישט זיצן אויף די נייעס, ווייל זיי ווארפן א פחד און א שרעק.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער. מיר דאווענען פאר אלע וואס זענען פארוואונדעט געווארן זאלן האבן א רפואה שלימה, און אלע געפאנגענע וואס זענען ביי די הענט פון די רוצחים - זאלן באפרייט ווערן.


זינגט ניגונים פון אמונה דאס וועט אייך בארואיגן.

#9 - נישט קויפן קיין דייטשע פראדוקטן
מלחמה, דייטשלאנד

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט קויפן קיין דייטשע פראדוקטן, מען זאל זיי נישט שטיצן, ווייל זיי האבן פארטיליגט כלל ישראל, זיי האבן פארברענט אונזערע זיידעס און באבעס, גע'שחט'ן איבער זעקס מיליאן אידן השם ינקם דמם; דעריבער זאל מען נישט האבן מיט זיי צוטון, אבער אז דו האסט שוין געקויפט - דארפסטו דאס נישט אוועקווארפן.


מען דארף דערציילן פאר די קומענדיגע דורות וואס די עמלקים האבן געטון פאר אונזערע עלטערן; זיי זאלן נישט מיינען אז די אומות העולם זענען פריינד, זיי זאלן זיך נישט מתחבר זיין צו זיי, נישט זיך אנטון ווי זיי און נישט האבן מיט זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#8 - געבליבן מיט די הייליגע בארד און פיאות
קינדער, תפילה והתבודדות, הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


וואס גייט פאר מיט דיר? פארוואס ביסטו אזוי פארוואלוועלט? וואס ביסטו אזוי צעבראכן? דו ווייסט נישט אז דו ביסט עוסק אין די הייליגסטע זאך? דו ברענגסט אידן צום אייבערשטן, אזויפיל אידן האבן חיזוק אנצוגיין אין טאג טעגליכן לעבן צוליב דיר.


איך בעט דיר מיין טייערער ברודער, מיין הארציגער חבר, לאז אפ די עצבות ומרה שחורה; הויב אן זינגען און טאנצן "אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו", און שטארק זיך, און גיי ווייטער אן ביתר שאת וביתר עוז מחזק זיין אידישע קינדער מיט די שיינע ספרים, די ליכטיגע בריוו.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, א מורא'דיגע מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט פון רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה, פון גדולי אנשי שלומינו פון פולין, ווי ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל בלייבן מיט די בארד און פיאות, מען זאל אים דאס נישט אפשערן.


בעט דעם מעלער ער זאל מאלן א בילד פון לאגער מיט די שטעכעדיגע דראט, און א שורה אויסגע'שורה'טע אידן מיט די געשטרייפטע בגדים מיט די געלע לאטעס, מיט די הענט אין די הייעך. א האלבע שורה זענען אפגעשוירן בארד און פיאות, און פון אינמיטן די שורה און ווייטער מיט בארד און פיאות, און ווי א נאצי ימח שמו האלט א גרויסער שערל און פרבירט דאס צו פאררעכטן.


ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן די נאציס ימח שמם גענומען אלע אידן, זיי אריינגעלייגט אין א פארמאכטע לאגער ארומגענומען מיט שטעכעדיגע דראטן, מען האט נישט געקענט ארויסלויפן פון דארט. זיי האבן אנגעטון אלע אידן מיט פארשעמטע קליידער, אזוי ווי מען טוט אן ארעסטאנטן אין תפיסה, אלע אידן האבן געדארפט האבן א געלע שמאטע מיט א מגן דוד, אויך האבן זיי אפגעשוירן אלע אידן די הייליגע בארד און די הייליגע פיאות.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד א גרויסער ערליכער איד מיט'ן נאמען רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה, מען האט אים געכאפט און גענומען אין די ווארשע לאגער, דארט האט מען יעדן אויסגע'שורה'ט און געזאגט אז מען גייט יעצט יעדן איינעם אפשערן די הייליגע בארד און די הייליגע פיאות. רבי יצחק האט געוויסט פון תפילה, ער האט געוויסט אז וואס מען בעט דעם אייבערשטן באקומט מען, האט ער אנגעהויבן זאגן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך מען זאל מיך נישט אפשערן די בארד און פיאות"; ער האט דאס איבערגעזאגט הונדערטער מאל.


דער נאצי ימח שמו קומט נענטער און נענטער, ער שניידט אפ פון די הייליגע אידן די הייליגע בארד און די הייליגע פיאות, און דער רבי יצחק הערט נישט אויף צו זאגן פאר'ן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך, מען זאל מיך נישט אפשערן מיין הייליגע בארד און הייליגע פיאות"; ער קומט שוין נענטער, ער שטייט שוין ביי רבי יצחק און... ב ו ו ו ם...! די שערל האט זיך צעבראכן.


דער עס עס ימח שמו ווערט גערעגט, ער הויבט אן שרייען, ער ווערט אין כעס, ער פרובירט צו פאררעכטן די שערל, אבער עס גייט נישט, רבי יצחק איז געבליבן מיט זיינע הייליגע פיאות און הייליגע בארד.


טייערע קינדער, וואס מיר ווילן און וואס מיר דארפן - גייען מיר בעטן דעם אייבערשטן, אפילו עס זעט אויס ווי דאס גייט מען נישט קענען באקומען.


לאמיר זינגען אינאיינעם: "א תפילה, א תפילה - אויף דיין אייגן שפראך, מיט תפילה מיט תפילה - באקומט מען יעדע זאך, מיט תפילה מיט תפילה - וועסטו ניסים זען, מיט תפילה מיט תפילה - ישועות וועט געשען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ווי אזוי קען איך דיר זאגן נישט פארן צום רבינ'ס ציון?
חינוך הילדים, חנוכה, אומאן, ספרי ברסלב, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי אזוי קען איך דיר זאגן נישט פארן צום רבינ'ס ציון? מי יתן לי אבר כיונה... וואלט איך זיך אויך אויפגעהויבן און געפארן.


דאך זאלסטו זיך איבערטראכטן אויב יעצט איז געאייגנט צו פארן, ווען עס איז שעת מלחמה. מיר זענען טאקע געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה אינמיטן די מלחמה, אבער ראש השנה איז עפעס אנדערש, דער רבי האט דאך געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכ): "וואס זאל איך אייך זאגן? קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן"; אבער יעצט פארן - ווייס איך נישט אויב עס איז כדאי.


בנוגע שבת חנוכה; מוהרא"ש איז געווען דערקעגן, ער האט געזאגט מען זאל נישט אוועק פארן חנוכה פון שטוב, איבערלאזן די קינדער; חנוכה איז א צייט פון חינוך. בחורים, און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין קינדער - קענען יא פארן צום רבי'ן אויף חנוכה, אבער יעצט בשעת מלחמה ווייס איך נישט אויב עס איז כדאי.


נאכאמאל, איך זאג דיר נישט זאלסט נישט פארן, ווייל ווער קען זאגן נישט פארן צום רבי'ן? רבי נתן האט געזאגט, עס לוינט אפילו נאכאמאל אראפקומען אין א גלגול אבי צו זיין ביים רבי'ן, אבער איך קען אויך נישט זאגן יא פארן.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, "הֲפֹךְ בָּהּ וַהֲפֹךְ בָּהּ דְּכֹלָּא בָהּ וכו', וּמִנָּהּ לֹא תָזוּעַ" (אבות ה, כג); זאלסט זיך נישט אוועקרוקן פון דעם רבינ'ס ספרים - וועסטו שפירן דעם אייבערשטן מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - צוגעשטעלט וועגן פאר טויזנטער אידן קיין אומאן אין אזא מלחמה יאר
הכרת הטוב, אומאן, ראש השנה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין יעצט געווען ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו, געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זיך געקענט אויסגיסן מיין הארץ, איך דאנק דיר זייער פאר'ן מיר צושטעלן אזא געשמאקע וועג פאר מיר און מיינע קינדער.


איך הער פון אנשי שלומינו, יעדער איז דיר זייער דאנקבאר פאר'ן אהערשטעלן אזא נסיעה פון אנהויבן ביז'ן סוף, אזוי באקוועם, אזוי געשמאק.


איך דאנק דיר פאר'ן טון די שווערע ארבעט פאר די גאנצע קהילה, האסט באוויזן אזוינס וואס קיינער האט נאכנישט באוויזן; צושטעלן וועגן פאר טויזנטער אנשי שלומינו אין אזא יאר, א מלחמה יאר, א היסטארישע אומאן ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל דיר פארשרייבן א זיסע יאר, א ליכטיגע יאר, דו מיט דיין גאנצע משפחה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#5 - די הערליכע שבת התוועדות סיום סדר מועד
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, קדושה, אמונה, שלום בית, התחזקות, הפצה, רפואה, יבנאל, חסידות ברסלב, וויכוחים, סיום, שבת קודש, תשובה, משניות, אומאן, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, שבת התוועדות, ישיבה, מנוולים, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, דאווענען, בר מצוה, מנין, פורים, מלחמה, ברית, ביקור חולים, מוהל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א שאד דו ביסט נישט געקומען צום שבת התוועדות – שבת סיום סדר מועד. עס איז געווען א הערליכע שבת, מן הסתם וועסטו נאך הערן שיינע זאכן פונעם שבת פון די חברים. איך וועל דיר שרייבן אביסל וואס מיר האבן גערעדט.


צו מנחה איז צוגעגאנגען דער דיין ר' יונה שליט"א, נאך מנחה האב איך גערעדט אפאר ווערטער, מען האט געזינגען א שטייטע ניגון און מיר האבן גערעדט פון שבת זכור. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא תצא, סימן ט) אויפ'ן פסוק (דברים כה, יח): "וַיְזַנֵּב בְּךָ כָּל הַנֶּחֱשָׁלִים אַחֲרֶיךָ", עמלק האט גענומען זנבות, "חוֹתֵּךְ זְנָבוֹת, וְזוֹרְקָן כְּלַפֵּי מַעְלָה" (עיין לקוטי הלכות שבת הלכה ה', אות ט), עמלק רעדט אונז איין מיר זאלן זיין צעבראכן, מען זאל נישט האלטן פון זיך; ער מאכט דאס גאר פאר א מצוה און אזוי הרג'עט ער דעם מענטש, ווייל מען טראכט: 'איך בין סיי ווי גארנישט, איך בין סיי ווי א שגץ, איך בין סיי ווי א גוי, וואס דארף איך גיין דאווענען? ווער דארף מיין לערנען? מיינע מצוות?' מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, יעדער איד דארף וויסן ביי זיך 'איך בין חשוב און טייער ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון מיר'; דאס מעקן מיר אויס די וואך שבת זכור, געענדיגט מיט די קטנות הדעת, 'איך בין א גארנישט, איך בין גארנישט ווערד'; געענדיגט מיט די סארט מחשבות, 'איך בין יא, איך בין ווערד!'


מיר האבן נישט לאנג גערעדט, גלייך נאכדעם איז מאטי ראזענפעלד צוגעגאנגען צו קבלת שבת, ער דאווענט זייער שיין.


נאכן דאווענען בין איך געגאנגען זינגען זמירות שבת מיט די קינדער. עס איז געווען זייער א גרויסע עולם האט מען געמאכט אז די קינדער זאלן עסן באזונדער כדי עס זאל זיין פלאץ, די געטרייע מלמדים האבן אריינגעלייגט א גאנץ שבת אזויפיל יראת שמים אין די קינדער, איך האב געזינגען זמירות מיט זיי. נאכדעם האבן מיר געגעסן אינאיינעם די סעודה, א גרופע בחורים און אינגעלייט האבן דורכאויס די גאנצע סעודה געזינגען זייער שיינע ניגונים.


פרייטאג צו נאכטס נאך די סעודה זענען מיר זיך צאמגעקומען זינגען זמירות אין שול, נאכדעם האבן מיר זיך מחזק געווען מיט'ן רבינ'ס התחזקות. מיר האבן גערעדט נאך א בחינה אויף וואס די הייליגע חכמים זאגן "חוֹתֵּךְ זְנָבוֹת, וְזוֹרְקָן כְּלַפֵּי מַעְלָה", אז מען זאל נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר. דער רבי שרייבט א בריוו פאר זיין איידעם: "שרייב מיר וויפיל בלאט גמרא דו לערנסט און וויפיל בלאט פוסק, מאך נישט פון טפל עיקר פון פון עיקר טפל, אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם"; עמלק נעמט זאכן וואס זענען נישט וויכטיג, בבחינת זנב, וזורקן כלפי מעלה, און מאכט דאס וויכטיג – פון דעם רעדט מען, דאס פארלאנגט מען, אויף דעם איז מען מחנך; אנשטאט מען זאל מחנך זיין קינדער, בחורים און מיידלעך - מיט אמונה, רעדן טאג און נאכט פונעם אייבערשטן, פון לערנען די הייליגע תורה, פון וויכטיגע זאכן - דריידט ער אויס דעם קאפ אויף אראפ און די וויידל אויף ארויף.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, ביי מיר איז אמונה א גרויסע זאך, אמונה אזוי ווי פשוטי עם און פרויען וואס גלייבן בתמימות ובפשיטות; דאס איז ביים רבי'ן די גרעסטע זאך. ווי אזוי איז מען זוכה צו אמונה? דורך רעדן צום אייבערשטן, אז מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, מען רעדט צו אים כידבר איש אל רעהו: "רבונו של עולם, העלף מיר מיט וואס איך מוטשע זיך, העלף מיר, איך קען מער נישט"; דאס רעדן צום אייבערשטן בויט אויף די אמונה, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן.


נאך די באטע איז געווען א שיינע שמועס מיט אנשי שלומינו, מען האט געשמועסט פון הפצה. קודם האבן מיר גערעדט פון אכטונג געבן נאר צו נעמען א מוהל מומחה. פאריגע וואך האט פאסירט אז א טאטע האט געוואלט אליינס מאכן די חיתוך און ער האט אריינגעשניטן רחמנא לצלן, די רעגירונג האט אים אוועק גענומען זיינע קינדער.


איך געדענק איך האב געפרעגט מוהרא"ש, דער רבי זאגט (ספר המדות אות מוהל, סימן א): "צָרִיךְ לַחֲזֹר אַחַר מוֹהֵל צַדִּיק וִירֵא שָׁמַיִם", מען דארף זוכן א מוהל א צדיק, א ירא שמים, "כִּי כְּשֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב", ווייל אז דער מוהל איז נישט גוט, "יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁלֹּא יִהְיֶה מוֹלִיד, חַס וְשָׁלוֹם", קען חס ושלום פאסירן אז דער קינד וועט נישט האבן קיין קינדער, "גַּם עַל יְדֵי שֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב, עַל יְדֵי זֶה בָּא הַתִּינוֹק, חַס וְשָׁלוֹם, לִידֵי חֳלִי נוֹפֵל", אויך קען א נישט גוטער מוהל מאכן אז דער קינד זאל האבן די חולי נופל, סיזשערס רחמנא לצלן; האב איך געפרעגט מוהרא"ש ווער איז א מוהל א צדיק? און מוהרא"ש האט מיר געענטפערט: "וואס א גרעסערער מומחה – אים דארף מען נעמען". בשעת'ן דאס דערציילן רופט זיך אן א איד, איינער פון די געסט: "אבער וואס איז טאקע די פשט וואס דער רבי זאגט?" איך קוק אים אן, איך וויל פארשטיין וואס ער פארשטייט נישט, איך זאג אים איבער נאכאמאל דאס וואס מוהרא"ש זאגט מיר און יענער פרעגט נאכאמאל: "איך פארשטיי וואס מוהרא"ש זאגט, אבער וואס איז טאקע פשט אין רבינ'ס ווערטער?" איך זאג אים נאכאמאל, און יענער פרעגט נאכאמאל, דער עולם האט אנגעהויבן שמייכלען, יענער האט זיך פארשעמט, ער זאגט: "איך מיין צו פרעגן ערנסט, איך מאך נישט חוזק", האב איך אים געגעבן צו פארשטיין, עס שטייט אין די תורה, אויב איינער טוט אן עבירה, ער איז עובר אויף א לאו - (דברים כה, ג): "אַרְבָּעִים יַכֶּנּוּ", זאל מען אים געבן פערציג מלקות, זאגן די הייליגע חכמים (מכות כב:) מען געבט נישט פערציג מלקות נאר ניין און דרייסיג; דאס הייסט, מיר קענען נישט לערנען די תורה אן די פארשטאנד פון די הייליגע חכמים, מיר זעען עס שטייט פערציג און די חכמים זאגן עס איז ניין און דרייסיג, אזוי אויך, מיר זעען שטיין אין די תורה (דברים ו, ח): "וְהָיוּ לְטֹטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ", מען זאל לייגן תפילין צווישן די אויגן, זאגן די חכמים (עירובין צה:) עס מיינט נישט צווישן די אויגן - נאר אויפ'ן קאפ; אזוי זאג איך אים, איך פארשטיי נישט לקוטי מוהר"ן און די אנדערע ספרים פון רבי'ן, נאר מיט מוהרא"ש, וואס מוהרא"ש איז מיר מסביר – דאס פארשטיי איך. אז מוהרא"ש זאגט א מוהל צדיק וירא שמים מיינט א מוהל מומחה – פארשטיי איך אז דאס איז דער פשט; פארשטייט זיך מען נעמט א מוהל אן ערליכער איד, אבער נישט איינער וואס קען נישט די מלאכה.


מיר זענען אריין אין א שמועס מיט די מפיצים, יעדער האט דערציילט זיינע שיינע מעשיות ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ספרים און קונטרסים. מיטוואך נאכט האט דער גבאי פונעם בית המדרש ..., א גאס אוועק פון ישיבה אפגעווארט יענקל, ער האט אים צוגענומען זיין הוט פאר'ן ברענגען גליונות דארט, יענקל מפיץ האט זיך מיט אים געאמפערט צוויי שעה. מיר האט זייער געבאדערט פארוואס ער האט זיך בכלל צוטון געמאכט פון אים; איך האב אסאך היטן דא אין ישיבה, במשך די יארן זאמלען זיך אן היטן, איך וועל אריבערשיקן בחורים צום גבאי מיט די היטן, אים פרעגן אויב ער וויל נאך היטן, ווייל די גליונות גייט מען ווייטער מפיץ זיין.


שבת אינדערפרי האב איך געלערנט זוהר פרשת פקודי, די היכלות, ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז מגלה וואס טוט זיך אין הימל; עס איז גאר אנדערש דאס לערנען דעם הייליגן זוהר מיט די הקדמות פון רבי'ן, מען שפירט אזא ליכטיגקייט, מען ווערט אזוי געשטארקט.


געווענליך לערנען מיר שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען א שיעור אין ספר פעולת הצדיק, אבער די וואך האב איך נישט פארגעלערנט, איך האב געדארפט געבן צו עסן פאר מיינע קינדער, העלפן מיין ווייב תחי'.


פסוקי דזמרא האט פארגעדאווענט ר' עזרא בוים, שחרית האב איך געדאווענט. עס איז געווען א שבת שבע ברכות ביי א טאכטער פון אהרן וועבערמאן מיט החתן אברהם צוויבל. אויך איז געווען א קידוש, ביי רפאל פורסט איז געבוירן געווארן א צווילינג, א אינגל מיט א מיידל, ער האט געמאכט די ברית מיט די קידוש דעם שבת. ויקרא שמה בישראל פיגא, נאכן רבינ'ס מאמע. מוסף האט געדאווענט מאטי היימליך. נאכן דאווענען איז געווען די ברית, דער מוהל וועם אנשי שלומינו נוצן שטענדיג, ר' אהרן הלוי ווייס – איז געקומען צו פארן אויף שבת, ויקרא שמו בישראל נחמן נתן. גלייך נאכן ברית איז געווען א קידוש.


מיר האבן גערעדט פונעם מעשה פון זבוב ועכביש (ספורי מעשיות, מעשה ז), די נסיעה פון הייליגן רבי'ן, דאס גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא. אויך פון שלום בית, אז מען זאל שיין רעדן צו די ווייב. מוהרא"ש האט מיר געזאגט איין יאר אין אומאן ראש השנה: "יעדעס מאל דו רעדסט זאלסטו רעדן פון דריי זאכן, תורה, תפילה, שלום בית און שידוכים", איך פרוביר צו פאלגן און רעדן פון די זאכן.


מען האט גערעדט פונעם נאמען פונעם רך הנימול "נחמן נתן", ער זאל זוכה זיין צו דאס ווארט וואס דער רבי האט געזאגט (ימי מוהרנ"ת חלק ב', סימן לב): "נחמן נתן לאכט פון די וועלט", ער זאל זיך גוט אויסלאכן בזה העולם; אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פשט אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כב.) אליהו הנביא האט געוויזן פאר רב ברוקא "הני תרי בדחני", דאס מיינט מען אן ערליכער איד וואס ער האט 'תרי בדחני' צוויי סארט לאכן; מענטשן לאכן פון אים, מען שפעט פון אים אבער ער פארלירט זיך נישט, ער גייט ווייטער אן מיט זיין עבודת השם, און ער לאכט פון די וועלט, ער לאכט זיך גוט אויס פון אלעמען, דאס איז די תרי בדחני, דער איז א בן עולם הבא (הובא בספר בעל שם טוב על התורה פרשת במדבר, אות ב); דאס האט דער רבי געזאגט: "נחמן נתן לאכט פון די וועלט".


עס זענען געווען אסאך געסט; סיי פרישע מקורבים, אויך פונעם חתנ'ס משפחה און נאך, אלע האבן אויסגעהערט, אלע האבן געזאגט אז זיי ווילן האבן מיט'ן רבי'ן, די דיבורים האט זיי אויפגעוועקט.


די שבת בייטאג סעודה איז געווען אינאיינעם מיט'ן סעודת ברית און שבע ברכות, ביי די סעודה האב איך נישט גערעדט.


ביי די סעודה איז צו מיר געקומען א אינגערמאן פרעגן וואס צו טון, זיין ווייב האט פריער גע'חלש'ט אין צימער און זי איז שוואך, איך האב אים געזאגט צו וועם ער זאל רעדן, איך האב גערופן דיין חבר מאטי היימליך, ער איז אן הצלה מאן, אז ער זאל גיין קוקן אויב אלעס איז פיין. איך האב ספעציעל אים גערופן ווייל ער זוכט נישט משוגע צו מאכן מענטשן, שטופן צו גיין אין שפיטאל. וויפיל מען איז מרוויח פון הצלה - ליידט מען פון זיי אזעלכע שוועריקייטן; רוב מאל מאכן זיי משוגע פאר גארנישט און פאר נישט, זיי זאגן גיי אין שפיטאל; מען וועט דיר צונעמען די גאנצע שבת. וכך הוה, זי איז געזונט און שטארק, נאר אביסל איבערגעשטרענגט וכו'.


נאך די סעודה בין איך גאגאנגען מבקר חולה זיין ר' משה ארי' נרו יאיר, ער איז געליגן מיט א רויז אין בעט. ער זאגט מיר: "נאך א מזל איך האב דעם דרך הלימוד, אזוי ווער איך נישט צעדרייט פון ליגן אין בעט", א צווייטער וואלט משוגע געווארן פון ליגן אזוי לאנג. מיר איז געווען אינטערעסאנט צו זען א ברסלב'ער חסיד ווי ער ליגט אין בעט מיט ספרים ארום זיך; א משניות, א תהלים וכו'.


נאכמיטאג בין איך געגאנגען זאגן תהלים מיט די קינדער. מיר האט געברענט צו האבן אפאר מינוט באזונדער מיט די קינדער, עס זענען געווען דארט נאר די מלמדים מיט די קינדער. איך האב אויסגענוצט די צייט צו רעדן צו זיי פון קדושת הברית, עס זענען געווען אסאך פרעמדע קינדער פון אנדערע מוסדות וואס מען רעדט נישט דארט פון קדושה.


געדענקסט אוודאי דיינע קינדער יארן, איך בין געווען דיין ערשטער מלמד ביי די דרייצן יאר וואס איך האב דיר אויסגעלערנט צו זיין הייליג. איך געדענק ווען דו ביסט געקומען וויינען צו מיר און מיר געזאגט, וואס זאל איך טון, איך האב בכלל נישט געוויסט אז מען טאר נישט אנרירן וכו', איך האב דיר דעמאלט אנטפלעקט די זאך פון התבודדות, איך האב דיר געזאגט זאלסט דאס זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך בין נישט שולדיג, איך בין א קינד פון דרייצן יאר, קיינער האט מיר נישט געזאגט אז דאס איז אן עבירה".


איך האב געווארט א גאנץ שבת צו קענען רעדן צו די קינדער פון קדושה, איך וויל נישט האבן בלוט אויף מיינע הענט. יעצט איז ארויסגעקומען א שרעקליכע מעשה, א בחור האט מטמא געווען איבער זיבעציג קינדער פאר צוויי גאנצע יאר. איך וויל נישט זאגן די נאמען פונעם מוסד וואו דאס האט פאסירט, א פחד, א שרעק! טייערע קינדער זענען געפייניגט געווארן מיט מעשה תועבה, קיינער האט נישט דערציילט, מען האט מורא געהאט וכו'. וואלטן די מלמדים גערעדט – וואלט דאס נישט געקענט פאסירן, עס וואלט גלייך ארויסגעקומען, קינדער אז מען זאגט זיי אן, מען מאכט זיי באקוועם צו קומען דערציילן – קומען זיי דערציילן.


איך האב פון קיינעם נישט מורא, נאר פונעם אייבערשטן. מענטשן האלטן מיך פאר: "היתכן, אזוי רעדסטו? אזא ברייטקייט?" געלויבט דעם אייבערשטן איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט.


אברהם משה נרו יאיר האט מיר דערציילט, ווען די ישיבה האט זיך געעפנט האט מען אים אריינגעשלעפט צו מוהרא"ש; איינער פון די אינגעלייט וואס האבן געהאלפן עפענען די ישיבה האט געהאט טענות אויף מיינע דיבורים, מען האט אים איבערגערעדט ער זאל גיין צוזאמען מיט זיי רעדן אויף מיר. אברהם משה נרו יאיר איז מיר זייער געטריי אלע יארן, פונעם ערשטן טאג איז ער געשטאנען מיט מיר, למעשה איז ער מיטגעגאנגען, יענער האט נאכגעזאגט שטיקלעך פון דרשות און געווארט אז מוהרא"ש זאל רעאגירן, מוהרא"ש רופט זיך אן: "זעסט נישט אז ער רעדט גוט? פון דעם וואס מען קריגט אויף אים, דאס איז א סימן אז ער רעדט גוט"; שפעטער ווען איך בין געקומען צו מוהרא"ש האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "רעד מער, רעד נאך".


בשעת'ן רעדן צו די קינדער האב איך גלייך געזען אז עס זענען געווען קינדער וואס דארפן רחמי שמים, זיי האבן אנגעהויבן לאכן. איך האב געדריידט דעם שמועס אויף אן אופן עס זאל יא אין זיי אריינגיין.


נאך מנחה האבן מיר געהאט זייער אן התעוררות'דיגע שלש סעודות. מיר האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום באשעפער, אים בעטן: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", פון זיך טענה'ען מיט'ן אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.) דוד המלך האט פארשטאנען אז אויבן אין הימל איז מער חשוב די געבעט פונעם ארעמאן ווי פון קעניגן און נביאים, האט ער זיך אויסגעטון די בגדי מלכות, ער האט זיך אנגעטון קליידער ווי אן ארעמאן און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים קב, א): "תְּפִלָּה לְעָנִי כִי יַעֲטֹף", וואס איז טייטש כי יעטוף? ער האלט צוריק, דער ארעמאן ווען ער רעדט צום אייבערשטן שטעלט ער אלעס אפ, דער אייבערשטער קערט זיך צום ארעמאן און לאזט אלעס אפ.


אלע פרעגן: "מיט וואס טוט זיך דער אייבערשטער באשעפטיגן?" און מען ענטפערט זיי: "דער אייבערשטער טוט זיך באשעפטיגן מיט זיינס א זאך, מיט די תפילות און טענות פון די צעבראכענע הערצער, תפילות פון ארעמעלייט", די בית דין של מעלה קומען אריין, זיי זאגן: "פארוואס דארף דער אייבערשטער זיי אויסהערן? מיר וועלן מאכן א משפט", אבער דער אייבערשטער זאגט זיי: "איך וויל אזוי, איך וויל זיין אליינס מיט זיי".


דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תפילין ה, אות מג), מה דאך ווען אן ארעמאן בגשמיות קומט זיך אויס'טענה'ען צום באשעפער ווערט אזא רעש און א טומל אין הימל, איז דאך זיכער ווען א איד קומט צום באשעפער, ער וויינט: "רבונו של עולם, איך בין אן אמת'ער ארעמאן, איך בין אזוי ווייט פון דיר! רבונו של עולם, איך ליג אין א טיפע בלאטע, איך זינדיג, איך טו עבירות; העלף מיר באשעפער, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אן ערליכער איד" - איז דאך זיכער אז עס ווערט א מורא'דיג טומל אויבן אין הימל, דער אייבערשטער אליינס נעמט די תפילות און איז אים מוחל.


דאס זעען מיר אין פרשת ויקרא (ב, א): "וְנֶפֶשׁ כִּי תַקְרִיב", זאגט רש"י, ביי אנדערע קרבנות געפונען מיר נישט עס זאל שטיין "'וְנֶפֶשׁ' כִּי תַקְרִיב", נאר דא ביים קרבן עני, ווייל דער אייבערשטער זאגט: "מַעֲלֶה אֲנִי עָלָיו כְּאִלּוּ הִקְרִיב נַפְשׁוֹ"; דאס איז אויך ביי אן ארעמאן בדעת, אן ארעמאן אין רוחניות; ער קומט צום באשעפער מיט זיינע קליינע עבודות, ער זאגט: "רבונו של עולם, איך האב ביטערע שווערע נסיונות, דאך וויל איך זיין גוט", דאס איז חשוב ביים אייבערשטן – כְּאִלּוּ הִקְרִיב נַפְשׁוֹ.


דער יצר הרע פארגינט אבער נישט, ער זאגט דעם מענטש: 'קיינער דארף דיך נישט, דו שטינקסט, דו מאכסט צער פאר'ן באשעפער, דיין דאווענען שטינקט, דיינע מצוות שטינקען' – דארף מען געדענקען 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, ער האט ליב אפילו עס שטינקט. די תורה זאגט (שם, יז): "וְשִׁסַּע אֹתוֹ בִכְנָפָיו, וְהִקְטִיר אֹתוֹ הַכֹּהֵן הַמִּזְבֵּחָה", מען זאל פארברענען דעם קרבן עני מיט די פעדערן; ווער עס האט שוין אמאל געשפירט די שרעקליכע גערוך פון פארברענטע פעדערן, פארברענטע האר – ווייסט אז דער גערוך איז נישט אויסצוהאלטן, ווי קען זיין מען זאל מקטיר זיין דעם קרבן עני, דעם עוף מיט די פעדערן? זאגן די הייליגע חכמים (ויקרא רבה ג, ה; הובא ברש"י): "כְּדֵי שֶׁיְהֵא הַמִּזְבֵּחַ שָׂבֵעַ וּמְהֻדָּר בְּקָרְבָּנוֹ שֶׁל עָנִי", אז דער מזבח זאל ווערן באשיינט און זאט פונעם קרבן עני; דא זעט מען אז אפילו א מענטש וואס איז א ריכטיגער עני, אן עני בדעת, קומט צום באשעפער מיט א קרבן, ער לייגט תפילין, ער דאווענט, ער לערנט, אפילו די מחשבות פייניגן אים, מען טראכט 'איך שטינק דאך, איך בין דאך אן עקלדיגער מענטש' – דארף מען געדענקען אז ביים אייבערשטן איז דאס נישט קיין שטינק, ביים אייבערשטן ביסטו שיין.


נאך מעריב האבן מיר געמאכט קידוש לבנה, נאכדעם האבן מיר געמאכט הבדלה. דער עולם איז דערנאך ארויס אין לעבעדיגע טענץ, מען האט אסאך געזינגען ניגונים פון אומאן ראש השנה, אלע האבן געמאכט פון די ניגונים תפילות צום אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן דעם קומענדיגן יאר ראש השנה שנת תשפ"ג אין אומאן. יעצט איז נישט שייך צו פארן, די גרעניצן זענען פארשלאסן, עס ברענט א מלחמה צווישן אוקריינא און רוסלאנד.


נאכדעם האב איך אויפגענומען מענטשן, דאס איז פון די עבודות קשות; אויסהערן פראבלעמען און קענען מדריך זיין מיט די עצות און שכל פון רבי'ן.


צו מלוה מלכה זענען געקומען אסאך געסט וואס זענען נישט געווען שבת. דער דיין ר' יונה שליט"א האט גערעדט, ער האט נאכגעזאגט פון דעם הייליגן צדיק רבי מענדעלע מרימנאוו זכותו יגן עלינו (הובא בספר ילקוט מנחם, הפטרת וירא), עס שטייט (מלכים-ב ד, כג): "מַדּוּעַ אַתְּ הֹלֶכֶת אֵלָיו הַיּוֹם", דער מאן פון שונמית האט איר געפרעגט, פארוואס גייסטו צום צדיק, צו אלישע הנביא? "לֹא חֹדֶשׁ וְלֹא שַׁבָּת", היינט איז נישט ראש חודש און נישט שבת, "וַתֹּאמֶר שָׁלוֹם", האט זי געענטפערט: "שָׁלוֹם", וואס האט זי געמיינט צו זאגן מיט דעם "שָׁלוֹם"? נאר די גרעסטע סכנה, די גרעסטע צרה איז ווען א מענטש מאכט שלום מיט זיין מצב, ער זוכט שוין נישט א וועג ארויס פון זיינע תאוות רעות; דאס האט זי געזאגט, דו פרעגסט מיר פארוואס איך פאר צו מיין רבי? וואס איז היינט די יום טוב? "שלום!" איך ציטער וואס גייט זיין מיט מיר.


נאכדעם האב איך איבערגע'חזר'ט די שמועס וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן יט) אז ווער עס ליגט אין טומאה און ער זוכט א וועג ארויסצוגיין - איז דאס נאר דורך לימוד התורה, אויב וועט א מענטש זיין שטארק צו לערנען יעדן טאג כך וכך משניות, כך וכך גמרא – וועט ער ארויסגיין פון די טומאה, פון די זוהמה. אנדערע עצות איז נישטא, א שאד צו גיין צו טערעפיסטן וואס קענען זיך אליינס נישט העלפן, ווי קענען זיי מיר העלפן?! נאר די עצה פונעם רבי'ן, לערנען שיעורים כסדרן – דאס העלפט.


מענטשן לאכן: 'קוק די ברסלב'ער, זיי מאכן א סיום אויף זאגן', מען שפעט פון ברסלב, 'מען נעמט ארויס אן האטעל פאר זאגן גמרא, פאר דאווענען גמרא...'; איך טענה נישט מיט קיינעם, אבער דיר זאג איך, פרעג יענעם: "וואס האסטו געטון די גאנצע ווינטער, האסט געעפנט א ספר?" (נישט דו זאלסט גיין פרעגן מענטשן, טענה זיך אויך נישט; דאס איז נאר א וועג פון ארויסברענגען די זאך, מען זאגט 'פרעג יענעם'), פרעג אים: "וואס טוסטו שבת? וואס טוסטו פרייטאג? ליינסט צייטונגען, פארברענסט דיינע טעג און יארן".


איך האב ארויפגערופן א אינגל וואס האט די וואך בר מצוה געהאט, די בר מצוה איז געווען אין ישיבה. ער האט זיך אויפגעשטעלט ביי די בר מצוה זאגן זיין פשעטל, אנשטאט זאגן צוויי ווערטער און מען גייט אריינזינגען, נעמט ער א גמרא און זאגט: "תנא דבי אליהו, כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא... הדרן עלך כלל ששה סדרי תלמוד בבלי..." ער האט געמאכט א סיום הש"ס! די משפחה זענען געווארן פארפרוירן, אזוינס האבן זיי נאכנישט געזען, א אינגל, א בר מצוה בחור זאל ענדיגן ש"ס!


קומען די לצים און פרעגן: "האסט טאקע מסיים געווען ש"ס? איך קען דיך פארהערן?" אזוינס האט יעדער ברסלב'ער חסיד, ווי נאר ער דערציילט א סיום פרעגט מען אים: "איך קען דיך פארהערן?" זאגט איינער זייער גוט: "מיר קענסטו נישט פארהערן, איך זאג; דו אבער לערנסט דאך געהעריג, איך קען דיך פארהערן?" בלייבט יענער שטיין מיט די צונג אינדרויסן.


עס איז א וואונדער, ווער עס וועט דיר זאגן "איך האב א שיעור", "איך גיי צו א שיעור", "איך האב א חברותא", קיינעם וועט מען נישט פרעגן: "איך קען דיך פארהערן?" פארוואס פרעגסטו נישט די וואס לערנען צי דו קענסט זיי פארהערן...


אויך האבן מיר גערעדט פון שלום בית, פון רחמנות האבן אויף די ווייב. אז זי רופט: "קום אהיים, העלף מיר, איך פאל פון מיינע כוחות" – זאל מען אהיימגיין, נישט זיך ארויסדרייען. אז די ווייב רופט און בעט: "נעם מיך דארט און דארט", זאל מען נישט זאגן: "איך בין דיין קאר סערוויס דרייווער?!" עס איז א פלא צו זען אינגעלייט וועלכע ווילן נישט אהיים גיין, זיי ווילן נישט ענטפערן דעם טעלעפאן ווען די ווייב רופט; וואלט א חבר געבעטן "טראג מיך", "נעם מיך דארטן", - וואלטן זיי געלאפן, געטראגן, געברענגט – פארוואס די אייגענע ווייב וויל מען נישט נעמען, טראגן און ברענגען...


די אמעריקאנע פאלק רופט דעם פרעזידענט'ס ווייב "די ערשטע פרוי פון די פאראייניגטע שטאטן", די פוירסט לעדי; א איד דארף דאס זאגן אויף זיין ווייב, "דו ביסט די ערשטע און די חשוב'סטע ביי מיר".


די סיום האט געמאכט יענקי לעזער, ער לערנט פאר דעם בלאט גמרא אין אידיש און אין ענגליש; צוויי שיעורים א טאג.


דער דיין האט געבענטשט, איך האב געזאגט די שבע ברכות, מען האט אויסגעטיילט אפאר הונדערט גמרות מנוקד, קליינע ווייכע גמרות, עס זאל זיין גרינג מיטצונעמען מיט זיך אין ארבעט, אונטערוועגנס. נאכדעם האט מען געטאנצן ביז פארטאגס.


איך בין אהיימגעפארן נעכטן נאכט, מיר זענען אנגעקומען פינף אזייגער, מען האט גערוקט דעם זייגער, מען האט פארלוירן א שעה.


היינט אינדערפרי איז נישט געווען קיין מנין אין ישיבה, איך האב געדאווענט אין ישיבה ביחידות. די הלכה איז, ווער עס האט א מנין קבוע און עס פאסירט אמאל אז עס נישטא קיין מנין – זאל מען בלייבן דאווענען אינעם בית המדרש וואו מען דאווענט.


ביי מנחה איז שוין געווען מנין, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא. איך האב געלערנט מיינע שיעורים און אהיים געגאנגען העלפן מיין ווייב תחי'.


איך בין זייער איבערגענומען פונעם שבת, עס איז געווען הערליך שיין, צענדליגער משפחות זענען פריש מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן. די אינגעלייט און בחורים האבן זייער שיין אויפגענומען יעדן איינעם. אויך די פרויען, די מיידלעך, די תלמידות האבן זייער שיין אויפגענומען יעדן איינעם.


בנוגע וכו'; ער איז א קראנקער מענטש, איך דארף שטיין על המשמר נישט צו לאזן ביי אונז אין די קהילה קראנקע מענטשן. מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דיין ארבעט איז, פון איין זייט זאלסטו מחזק זיין יעדן איינעם, און פון די אנדערע זייט זאלסטו אכטונג געבן צו פארטרייבן די דריי כיתות קנעכט וואס דער מלך האכזר האט אריינגעברענגט (עיין ספורי מעשיות, מעשה יג)"; איך דאנק דיר פאר'ן מיר איבערגעבן די אינפארמאציע.


דאס האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש. יארן צוריק איז געקומען צו מיר א איד פון יבנאל, דער איד איז געווען זייער א נאנטער מענטש צו מוהרא"ש, ער איז געווען א גרויסער פאנדרעיזער אין יבנאל. ער האט מיר געבעטן ער וויל אריינלייגן זיין זון אין ישיבה, איך האב געטראכט: 'זיכער איז דאס בהסכמת מוהרא"ש, ער האט דאס זיכער דורכגערעדט מיט מוהרא"ש, ער איז דאך א יוצא ונכנס, א משמש', דאך האב איך געפרעגט מוהרא"ש, איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אז דער איד וויל אריינלייגן זיין זון. מוהרא"ש ווערט ערנסט און זאגט מיר: "נעם אים נישט אריין אין ישיבה, ער איז א קראנקער בחור, ער לויפט נאך אינגלעך און בחורים; איך האב אים פארטריבן פון יבנאל, ער איז א מניוול; אויב דו וועסט אים ארייננעמען אין ישיבה – וועט ער קאליע מאכן אלע בחורים", מוהרא"ש זאגט מיר: "אז דו פארשטייסט בעסער – קענסטו טון אנדערש, אבער איך זאג דיר זאלסט זיך אכטונג געבן פון אים", מער האב איך נישט געדארפט, איך האב יענעם פארטריבן פון ישיבה.


ביי מוהרא"ש איז געווען אמת, מען האט נישט פארדעקט די שמוץ אונטערן קארפעט. אין אנדערע פלעצער, אז מען כאפט א מניוול, אויב דער טאטע איז מקורב למלכות – פארדעקט מען דאס, אסער אויב דער טאטע האט געלט – פארדעקט מען דאס, ביי מוהרא"ש איז געווען אמת, מעגסט זיין דער נאנטסטער מענטש, אז דיין זון איז א סכנה – קען ער נישט זיין צווישן ריינע קינדער, ריינע בחורים.


גלייב מיר, איך קען אסאך פארטראגן און אסאך דערהייבן, אבער דאס וואס דו האסט מיר דערציילט האט מיך אזוי צערודערט, איך בין נאכאלץ נישט ביי מיר פון די מעשה. איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון. איך האב אים פארטריבן, ער וויינט צו מיר פארוואס דער ראש ישיבה האט נישט קיין רחמנות, גיי זיי אים מסביר אז דאס איז רחמנות, איך האב רחמנות אויף קהילת היכל הקודש.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, גיי הפצה; אפילו דו זאלסט נישט לייגן קיין גליונות, בלויז ווען מען זעט דיר – איז דאס הפצה. מען זעט א אינגערמאן זיך אויפפירן אזוי דרך ארץ'דיג, אזוי איידל, אזוי ערליך, דאס מאכט אז מענטשן זאל קומען צום רבי'ן.


לאז מיר וויסן אויב איז שייך מיר צו מאכן דעם שאנק פאר פסח, מיין ווייב וועט זיך זייער פרייען.


נאכן ענדיגן שרייבן דעם בריוו, אפשרייבן דעם גאנצן שבת, קלער איך אז עס האט זיך געלוינט אז דו ביסט נישט געקומען אויף שבת, אזוי האב איך אפגעשריבן דעם שיינעם שבת, אזוי וועלן נאך מענטשן קענען ארויסנעמען אביסל חיזוק פון די שיינע התחזקות וואס מיר האבן גערעדט; איך צי צוריק... ענדערש וואלסטו יא געדארפט קומען, ווייל דאס אלעס וואס שטייט אינעם בריוו איז א ברעקל פונעם שבת, בבחינת יותר ממה שקריתי לפניכם - כתוב כאן.


בעט פאר מיר, איך גיי מארגן צום דאקטער; קען זיין איך וועל דארפן אריבערגיין עפעס, איך וויל נישט שרייבן. בעט פאר מיר, מארגן אינדערפרי איז מיין אפוינטמענט.


יואל בן ריצא רעכיל.

#4 - מען דארף אסאך תפילה צו קענען זיין קומענדיגע ראש השנה אין אומאן
תפילה והתבודדות, צדקה, אומאן, טעלעפאן, חסד, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


זע צוצושטעלן פאר משפחת ... פון אומאן אלע באדערפענישן; זיי זענען געבליבן אן גארנישט. זיי זענען ארויס פון אוקריינא איבערלאזנדיג אלעס. זארג פאר זיי, פאר אלעס וואס זיי דארפן, עס זאל זיי גארנישט פעלן.


זאג פאר ... ער זאל נישט געבן דעם בנין פאר די מיליטער, עס לוינט נישט אז די בנין זאל ווערן אריינגעדרייט אין מלחמה.


מיר דארפן רחמי שמים אז מיר זאלן קענען זיין דעם קומענדיגן יאר, שנת תשפ"ג - ביים רבי'ן אין אומאן; אזוי ווי עס זעט אויס יעצט, ווי עס האלט יעצט - איז נישט שייך צו גיין, מען דארף אסאך תפילה.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט'ן טעלעפאן; יא? ניין? נאר אין גאס? מיט תפילה וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.

#3 - נאר מצוות און מעשים טובים נעמט מען מיט
מוסדות, תכלית, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן און אז מיר קענען משמש זיין דעם רבי'ן. דאנק דעם אייבערשטן אז דער טאג גייט דיר אריבער מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן; רוב טאג ביסטו עוסק נאר מיט העלפן די מוסד, דאס וועט איבערבלייבן פון אונז.


איך האב יעצט געזען וואס מוהרא"ש האט אלע יארן גערעדט, אז עס בלייבט גארנישט איבער פונעם מענטש. אין אומאן זענען יעצט אנטלאפן אלע משפחות, יעצט איז דא א מלחמה אין אוקריינא, דער בויער פון אונזער בנין, א גרויסער בויער מיט אסאך געשעפטן, אונזער בנין איז נאר איינע פון די בנינים וואס ער בויט, יעצט איז ער אנטלאפן פאר זיין לעבן, יעצט האט ער גארנישט, אזוי איז מיט נאך אנדערע. וואס נעמט ער מיט פון אלע זיינע יארן פון צוריק? נאר זיין טלית ותפילין, זיין שחרית מנחה מעריב, זיינע שיעורים, צדקה, מצוות ומעשים טובים, עפעס אנדערש איז נישטא; אויס, גארנישט.


דאס דארף דיר זיין חיזוק, ווייל דו ארבעטסט צו בויען מוסדות, דו העלפסט דעם מוסד; דאס בלייבט.

#2 - אכטונג געבן פונעם יצר הרע וואס ברענגט אריין פאלשע ענוה
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, התחזקות, תהלים, מחלוקת, שלום, זעלבס זיכערקייט, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייערע בריוון.


איך פריי זיך זייער אז איר זאגט תהילים, נאך מער פריי איך זיך זייער צו הערן פון אייך אז אין סקול הערשט אחדות און ליבשאפט, די שענסטע זאך איז אחדות און ליבשאפט.


יעצט איז דא א מלחמה צווישן צוויי גרויסע לענדער, רוסלאנד מיט אוקריינא; וואו מען גייט און וואו מען שטייט זאגן אלע 'פארוואס דארף מען זיך קריגן?' מענטשן האבן נישט קיין כח פאר מלחמות, אבער קיינער כאפט זיך נישט אז מיר דארפן אליינס אנהויבן לעבן בשלום, זיך נישט קריגן איין איד מיט'ן צווייטן.


דעריבער, אז איר שרייבט מיר ווי שיין מען לעבט אין סקול, אלע מיידלעך ליבן זיך, גרויסע מיט קליינע צוגלייך, - איז דאס פאר מיר א גרויסע שמחה.


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט קיינעם נישט מקנא זיין. איר זענט זייער א טייער קינד, אייערע לערערינס און די מנהלת זאגן אויף אייך אז איר זענט פון די בעסטע תלמידות; דארפט איר נאר אכטונג געבן פונעם יצר הרע וואס כאפט זיך צומאל אריין אין די כשר'ע הערצער מיט פאלשע ענוה, ער צעברעכט, ער מאכט שפירן ווי מען איז ווייניג חשוב, אנשטאט ארומגיין מיט א פרייליכע מוט צו געדענקען און צו וויסן אז מיר זענען דעם אייבערשטנ'ס קינדער, מאכט ער מען זאל זיך שפירן שולדיג.


דעריבער זאלט איר ארומגיין מיט איין מחשבה, א גאנצן טאג טראכטס: 'דער אייבערשטער איז גוט צו מיר', 'איך בין גוט'; דאס איז די שליסל אריין צו קומען צו קדושה.


שרייבט מיר אלע אייערע סיומים פון ספר תהלים.

#1 - אז מען פארט צום רבי'ן קיין אומאן, דארף מען נישט מורא האבן
פחדים, חינוך הילדים, אומאן, ראש השנה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עס קומט דיר אויס גוט צו פארן קיין אומאן צום רבי'ן - זאלסטו פארן, דארפסט נישט מורא האבן פון גארנישט; אז מען פארט צום רבינ'ס ציון - איז מען אפגעהיטן פון שלעכטס.


בנוגע נעמען א קינד פאר די זיבן וכו'; דער רבי האט מבטיח געווען אז א קינד וואס וועט קומען צו אים פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריינע העמד (חיי מוהר"ן, סימן תקיז). ווען טאטע מאמע הערן אזעלכע ווערטער פון א צדיק - ווערט ביטול הבחירה, אלע מניעות ווערן אויס; וואס קען אפהאלטן און ווער זאל אפהאלטן עלטערן פון נעמען א קינד פאר די זיבן יאר ווען מען הערט אזא הבטחה פון הייליגן רבי'ן.


מיר נעמען די קינדער קיין אומאן צום רבי'ן ווען מיר פארן ראש השנה; פון א יאר פאר די זיבן נעמען מיר יעדעס יאר די קינדער. עס זענען דא אנשי שלומינו וואס זאגן 'מיר וועלן האבן א צעשטערטע ראש השנה אויב מיר וועלן זיך דארפן פארען מיט די קינדער', זיי לאזן איבער די קינדער זאל בלייבן מיט די ווייב; עס איז נאריש אזוי צו טראכטן, נישטא קיין גרעסערע עבודה ווי חינוך הבנים, אז דער רבי האט געזאגט קיין גרעסערס פון זיין ראש השנה ביי אים איז נישט פארהאנען, - נעמען מיר די קינדער, זיי מחנך זיין זיי זאלן אויך קומען ראש השנה, עס זאל זיין ביי זיי אין די ביינער פון קליינווייז אן צו קומען צום רבי'ן יעדעס יאר ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.