בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פינף הונדערט דאלער פאר קרן הדפסה, לכבוד די שמחה
אמונה, הפצה, צדקה, משיח

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת דברים, חזון, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער לייבי ראטה נרו יאיר, פאנדרעיזער פון אונזער בית הדפוס דחסידי ברסלב


האסט אוודאי געהערט די פרייליכע נייעס אז איך האב א שידוך געטון מיט מיין טייערער זון החתן הרב נחמן נתן נרו יאיר, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, איך בין אזוי פרייליך אז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן און מיר האבן זיך געקענט משדך זיין מיט די חשוב'ע משפחה פון אנשי שלומינו, אונזער טייערער גבאי פון שטעטל.


לכבוד די שמחה שיק איך דיר פינף הונדערט דאלער פאר די קרן הדפסה, צו דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, די עצות פון הייליגן רבי'ן, די קונטרסים פון מוהרא"ש, די גליונות און אזוי ווייטער.


ביי אנשי שלומינו איז אנגענומען אז ווען מען האט א צרה פארבינדט מען זיך מיטן בית הדפוס און מען איז מנדב פינף הונדערט דאלער פאר די הייליגע ספרים אשר בנחל, עצתו אמונה און אזוי ווייטער, אבער איך מיין אז דאס איז א שטיקל טעות; אוודאי ווען מען האט א צרה דארף מען לויפן צו די סגולה פון דרוקן די הייליגע ספרים, טון די סגולה וואס מוהרא"ש האט געזאגט, אז ווער עס וועט מנדב זיין פאר אשר בנחל, ווער עס וועט העלפן דרוקן די קונטרסים - וועט זען א גרויסע ישועה, אבער מען דארף נישט ווארטן אויף א צרה; אז דער אייבערשטער העלפט אז עס איז דא א שמחה אין די משפחה - דעמאלטס איז די פאסיגע צייט צו מנדב זיין פאר די קרן הדפסה, און האבן א חלק אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, האבן א חלק אין די גאולה, א חלק מיט ביאת משיח, שיבוא במהרה בימינו אמן.