בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פיר זיך איידל, וועסטו האבן איידעלע ערליכע דורות
צניעות, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט נישט רעדן מיט קיינעם זאכן וואס איז נישט איידל, איך הער צוריק פון דיינע חברים אז דו טראגסט און ברענגסט וכו', חתנים רעדן זיך אפ אז דו קומסט זיי ברענגען און טראגן, האסט געזען זייער כלה; דו מאכסט זיך צרות, מען רעדט אויף דיר אז דו ביסט נישט מסודר.


וואס קוקסטו נאך יענעמ'ס כלה, יענעמ'ס פרוי? און אז דו האסט יא געזען – וואס זאגסטו? וואס טראגסטו נייעס פון דעם צו יענעם?


איך בעט דיר זייער, פיר זיך איידל, 'מעשיך יקרבוך ומעשיך ירחקוך', ווייל איך האב מורא אז אויב דו וועסט נישט אפלאזן די וועג ביז אהער – וועסטו מער נישט האבן קיין חברים, אלע וועלן דיך אפלאזן; און אז דו וועסט זיך פירן איידל – וועסטו זוכה זיין צו איידעלע ערליכע דורות, ווייל אז מען פירט זיך איידל – באקומט מען א מתנה, 'שתילי זתים סביב לשלחנך', אמן.


א כתיבה וחתימה טובה.