בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פלאג צו בויען מוסדות, נעמט אוועק פלאג אין ביזנעס
צדקה, מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אזא שאד אז דו האסט אפגעלאזט דאס העלפן די מוסדות, איך האב דיר שוין כמה פעמים געזאגט אז ווי מער דו וועסט נעמען די עול פון די מוסדות – וועסטו נישט האבן אן עול אין דיין ביזנעס, די הייליגע חכמים זאגן (אבות ג, ה): "כָּל הַמְקַבֵּל עָלָיו עֹל תּוֹרָה", ווער עס נעמט אויף זיך די עול פון לערנען תורה און פון העלפן מוסדות התורה – "מַעֲבִירִין מִמֶּנּוּ עֹל מַלְכוּת וְעֹל דֶּרֶךְ אֶרֶץ", נעמט מען אוועק פון אים די פלאגעניש פון פרנסה און פון צאלן מיסים וארנוניות, און פארקערט, "וְכָל הַפּוֹרֵק מִמֶּנּוּ עוֹל תּוֹרָה נוֹתְנִין עָלָיו עוֹל מַלְכוּת וְעוֹל דֶּרֶךְ אֶרֶץ".


יעדער מענטש האט א מאס וויפיל ער דארף זיך פלאגן, און יעדן ראש השנה שרייבט מען אפ וויפיל מען זאל זיך די יאר הבא עלינו לטובה דארפן מוטשען, 'החכם עיניו בראשו', לייגט ער אריין די עמל אין 'עמל של תורה', און מען ווערט געראטעוועט פון זארגן אייגענע זארג, אשרי לו, ווייל 'אדם לעמל יולד', א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו פלאגן, און אפילו דער רייכסטער מענטש קען זיך נישט ארויס דרייען פון דארפן ליידן, און זיך פלאגן, און פון זיך שטענדיג זארגן, נאר די עצה איז דא; אויפטוישן די זארג, פלאג, ווייטאג – פאר תורה.


עס איז כדאי פאר דיר צו לערנען די תורה אין לקוטי מוהר"ן (חלק ב, סימן קיט), וואו דער הייליגער רבי שמועסט אויס די זאך, ווי אלע ליידן יסורים, אפילו די גרויסע עשירים, אפילו די העכסטע מיניסטארן, אלע ליידן, און עס איז נאר דא איין וועג זיך צו ראטעווען פון די צרות און ווייטאג, דורך לערנען תורה און העלפן אויפבויען מוסדות התורה, עיין שם.