בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א פלעי געבויט אויפ'ן רבינ'ס מעשיות
חינוך הילדים, הפצה, פלעי

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך דאנק אייך פאר אלעס וואס איר מיט אייער מאן טוען פאר די מוסדות, בפרט יעצט ווען איר לייגט אריין אזויפיל כוחות פאר די פארשטעלונג (פלעי) וואס בית פיגא תלמידות טוען אהערשטעלן; די מעשה פונעם חכם ותם (סיפורי מעשיות, מעשה ט).


איך ווייס איר ארבעט זייער שווער, איר לייגט אריין טאג און נאכט פאר דעם, דערפאר שרייב איך אייך, איר זאלט זיך שטארקן, איר זאלט וויסן דאס גרויסקייט פון אהערשטעלן די פלעי. ווער עס העלפט פאר די פלעי האט א חלק אין הפצה, און אויך אין חינוך, און אין נאך אסאך שיינע זאכן וואס קומט ארויס דערפון.


מן הסתם זענט איר שוין געווען ביי אנדערע פלעי"ס, קענט איר זען די חילוק פון א פלעי געבויט אויפ'ן רבינ'ס מעשיות; עס איז איין שטיק מוסר השכל, איין שטיק יראת שמים, אמונה וכו'.


אויב איר האט נישט קיין צייט נאר אויף אדער העלפן די פלעי אדער תהלים, דאווענען וכו' - זאלט איר ענדערש העלפן מיט די פלעי.


נאכאמאל, א גרויסן יישר כח.


א גוט שבת.