בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - ביים אייבערשטן בין איך א בת יחידה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, התחזקות, פלעי, מאוויס, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען עס קומען אריין אין אייך די מחשבות אז ביים אייבערשטן זענט איר שוין סיי ווי סוג ב' און איר זענט שוין סיי ווי פארפאלן - זאלט איר זיך זאגן: "ליגנט!" זאגט זיך אליינס: "נישט אמת!" "איך בין ביים אייבערשטן א בת יחידה", "איך בין זייער גוט און זייער חשוב".


די אלע מחשבות וואס איר טראכט 'איך בין נישט גוט' - דאס איז פונעם שטן, פונעם מלאך המות וואס וויל הרג'ענען דעם מענטש און אים צונעמען אלעס פון זיין לעבן. בעט איך אייך זייער איר זאלט אים נישט צו הערן, נאר גלייבן אז איר זענט זייער זייער חשוב ביים אייבערשטן.


בנוגע קוקן מאוויס, פלעיס וכו' וכו'; עס לוינט זיך נישט צו קוקן, עס לוינט זיך צו היטן פון די זאכן. ווייל אז מען האט הייליגע אויגן און א ריינעם מח - איז מען זוכה צו ערליכע קינדער, דאס לעבן איז זיס און געשמאק.


ובנוגע וואס איר זאגט, עס איז אייך שווער צו מכבד זיין די עלטערן אין הארץ, עס איז שווער צו טראכטן שיין פון זיי; וויסן זאלט איר, מיט תפילה והתבודדות קען מען צו דעם אויך זוכה זיין.


בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל ליב האבן מיינע עלטערן, איך זאל זיי מכבד זיין, איך זאל טראכטן נאר גוטס אויף זיי. רבונו של עולם, עס איז מיר גרינג צו טראכטן אויף אנדערע גוט, איך קען דן זיין לזכות פרעמדע, אבער מיינע אייגענע עלטערן, מיינע נאנטע - אויף זיי איז שווער צו טראכטן גוטס; העלף מיר איך זאל זיי מכבד זיין און אויך אין הארץ זאל איך זיי מכבד זיין. העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל דיך שפירן".


מיט תפילה וועט איר זוכה זיין צו קענען טון די מצוה ווי מען באדארף.


 


 

#6 - אז ס'איז געשמאק אינדערהיים, איז נישט אזוי וויכטיג די פלעיס
שמחה, חינוך הילדים, פלעי, אידישע שטוב, חול המועד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע אויב דו זאלסט שיקן דיינע קינדער צו א פלעי חול המועד; איך בין קיינמאל נישט געווען ביי א פלעי, ביי מיינע עלטערן אין שטוב איז געווען אזוי געשמאק, עס האט אונז גארנישט געפעלט, מיר האבן אין ערגעץ נישט געוואלט גיין. אויך מיינע קינדער שיק איך נישט צו קיין פלעיס, איך האלט זיי מיט מיר, איך פרוביר זיי צו מאכן געשמאק אין שטוב אז עס זאל זיי נישט אינטערעסירן די נארישע פלעיס.


וואס קען דיר זאגן, וואס ווייס איך פאר מיר וואס צו טון; מאך התבודדות, בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן וואס צו טון.


בעיקר זאלסטו זען עס זאל זיין פרייליך אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#5 - די שפיל פונעם חכם און תם איז געווען אויסערגעווענליך שיין
סקול, פלעי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב


וויפיל זענען מיר שולדיג צו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האלטן שוין דא, געענדיגט נאך א יאר בית פיגא; גאנצע עלף יאר פון לערנען מיט אידישע קינדער תורה ויראת שמים, און זיי ווייזן דאס שיינקייט פון תורה און אידישקייט.


די פלע"י פונעם חכם און תם איז געווען אויסערגעווענליך שיין, אזא שטארקע הפצה, אזא שטארקע חינוך; די תלמידות וועלן געדענקען די מעשה דורכאויס זייער לעבן, זיי וועלן לעבן מיט דעם.


מיינע שוועסטער און אויך פון מיין ווייב'ס געשוויסטער זענען געקומען קוקן די פארשטעלונג. זיי רעדן פון דעם, ווי שיין דאס איז געווען. די שכוח קומט אייך פאר אלעס וואס איר טוט.


(חסר)

#4 - א פלעי געבויט אויפ'ן רבינ'ס מעשיות
חינוך הילדים, הפצה, פלעי

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך דאנק אייך פאר אלעס וואס איר מיט אייער מאן טוען פאר די מוסדות, בפרט יעצט ווען איר לייגט אריין אזויפיל כוחות פאר די פארשטעלונג (פלעי) וואס בית פיגא תלמידות טוען אהערשטעלן; די מעשה פונעם חכם ותם (סיפורי מעשיות, מעשה ט).


איך ווייס איר ארבעט זייער שווער, איר לייגט אריין טאג און נאכט פאר דעם, דערפאר שרייב איך אייך, איר זאלט זיך שטארקן, איר זאלט וויסן דאס גרויסקייט פון אהערשטעלן די פלעי. ווער עס העלפט פאר די פלעי האט א חלק אין הפצה, און אויך אין חינוך, און אין נאך אסאך שיינע זאכן וואס קומט ארויס דערפון.


מן הסתם זענט איר שוין געווען ביי אנדערע פלעי"ס, קענט איר זען די חילוק פון א פלעי געבויט אויפ'ן רבינ'ס מעשיות; עס איז איין שטיק מוסר השכל, איין שטיק יראת שמים, אמונה וכו'.


אויב איר האט נישט קיין צייט נאר אויף אדער העלפן די פלעי אדער תהלים, דאווענען וכו' - זאלט איר ענדערש העלפן מיט די פלעי.


נאכאמאל, א גרויסן יישר כח.


א גוט שבת.

#3 - ווי ווייט מען איז געפאלן, קען מען אלעס פאררעכטן
התחזקות, הפצה, פלעי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר זייער פאר'ן העלפן אזוי געטריי אהערצושטעלן די פלעי וואס בית פיגא טוט פארשטעלן דעם זומער, פון די מעשה פונעם בן מלך ובן השפחה וואס האבן זיך פארטוישט (סיפורי מעשיות, מעשה יא); די מעשה האט דער הייליגער רבי דערציילט, די מעשה איז אנגעפילט מיט סודות התורה, עס ליגט באהאלטן אין די מעשה זאכן וואס נאר משיח וועט מגלה זיין.


וואס מיר קענען ארויסנעמען פאר אונזער לעבן, אז מיר זאלן זיך נישט מייאש זיין אפילו מיר זענען אזוי אראפגעפאלן אזוי ווייט, אזוי ווי דער בן מלך איז געפאלן – זאלן מיר געדענקען אז מיר קענען נאך זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן און צוקומען צו די גרעסטע מדרגה.


געב איבער א גרויסן יישר כח פאר דיין ווייב פאר'ן העלפן די פלעי זאל זיין מסודר מיט אלעס וואס מען דארף.


די פלעי איז נאך א רינג אין הפצה; די אלע משפחות וואס קומען דאס זען און די אלע וואס גייען זען די פלעי אפגעכאפטערהייט – וועלן קומען א טריט נענטער צום רבי'ן, זיי וועלן אויסהערן די עצות און חיזוק, און זיך דערנענטערן צום אייבערשטן.


זע צו מחזק זיין ... נרו יאיר, ער זאל זיך מזרז זיין ארויסצוגעבן נאך און נאך בענדער עצתו אמונה.

#2 - אונזער תיקון איז צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף די וועלט
סקול, הפצה, שטעטל, פלעי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו האסט בדעה צו קומען וואוינען דא אין שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי.


די צען טויזנט דאלער וואס דו האסט היינט געגעבן צו קענען קויפן א דירה אין שטעטל האט מיר זייער פרייליך געמאכט; איך פריי זיך אז אזעלכע משפחות ווי דיר פלאנען צו קומען וואוינען אין שטעטל.


דו האסט א גרויסער חלק אין די הפצה וואס קומט ארויס פון אונזער קהלה מיט דעם וואס דו העלפסט אזוי געטריי די ישיבה די אלע יארן. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער קענען ממשיך זיין צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן אונזער גאנצע לעבן פאר די גאנצע וועלט; דאס וועט זיין אונזער תיקון, דאס וועט מתקן זיין אונזער נפש, רוח און נשמה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען אויף יענע וועלט.


געב איבער א יישר כח פאר דיין ווייב פאר'ן העלפן מיט די פלעי; די פלעי וואס די מיידלעך גייען פארשטעלן, דאס כאפט מען אפ און דאס פארשפרייט מען נאכדעם; דאס איז נאך א רינגעלע אין הפצה.

#1 - ארויסגעבן די פלעי פונעם בערגער און ארעמאן
הפצה, פלעי, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן יישר כח פאר'ן צוענדיגן די פלעי, אנגרייטן ארויסצוגעבן פאר די גאס די פלעי וואס אונזערע תלמידות האבן געשפילט, די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט פונעם בערגער און דער ארעמאן (סיפורי מעשיות, מעשה י).


איך האב אריינגעלייגט אינעם שפיל צענדליגער טויזנטער דאללער נאר מיט די כוונה דאס ארויסצוגעבן פאר די וועלט, פאר פרויען און מיידלעך וואס קוקן פלעיס, זיי זאלן קוקן דעם רבינ'ס מעשה און האבן אסאך חיזוק און שכל.


מיט דעם וואס איר וועט דאס ענדיגן מען זאל דאס קענען פארשפרייטן וועט איר האבן מורא'דיגע זכותים, און אלע פרויען און וואס וועלן דאס קוקן און נאנט ווערן צום אייבערשטן וועט דאס זיין אייער זכות.