בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פרוביר אויס די זיסע עצה פון רבי'ן
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר טייערער ... נרו יאיר, דראפע זיך און דערהאלט זיך. מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס זארגט פאר אונז; מיר דארפן נישט דאגה'נען און זארגן העלפט נישט.


נעם אריין אין זיך די אמונה, חזר זיך די ווערטער וואס מוהרא"ש האט זיך גע'חזר'ט און געמאכט דערויף א ניגון: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", אין אידיש מיינט דאס: "אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס, עס נישט דא קיין שום עקזיסטענץ אן אים, און אין יעדע זאך איז ער באהאלטן".


גיי יעדן טאג אביסל שפאצירן מיט'ן אייבערשטן; עס איז אן אנדערע לעבן ווען מען געוואוינט זיך צו זיך אויסצורעדן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן, פרוביר אויס די זיסע עצה פון רבי'ן. ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, ער גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און הייבט אן זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן, ער דערציילט אלעס פאר'ן אייבערשטן אזוי ווי ער וואלט דאס דערציילט פאר א גוטער חבר, דער מענטש איז דער גליקליכסטער מענטש, ביי אים ווערט מקוים דאס וואס שטייט (ויקרא כו, יב): "וְהִתְהַלַּכְתִּי בְּתוֹכְכֶם, וְהָיִיתִי לָכֶם לֵאלֹקִים וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי לְעָם", זאגט אויף דעם רש"י: "אֶטַיֵיל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן כְּאַחַד מִכֶּם וְלֹא תִּהְיוּ מִזְדַּעְזְעִים מִמֶּנִּי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.