בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פרויען הצלה
קדושה, שטעטל, הצלה, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב הנאה אז איר האלט מיט די פראגראם וואס מיר מאכן יעצט, אויסלערנען פאר א גרופע ערליכע פרויען ביי אונז אין שטעטל זיך צו לערנען ווי צו קענען זיין א "הצלה וואלענטיר". מענטשן מאכן חוזק פון "פרויען הצלה", אבער אז מען טראכט אריין - איז דאס נישט קיין חוזק; ווייל ווען מען דארף לויפן ראטעווען א נפש בישראל - לויפן מענער, ווייל ווער עס קען שנעלער קומען און שנעלער העלפן - זכה לו, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס - איז ניין און ניינציג פראצענט פון הצלה רופן - נישט קיין פיקוח נפש, איז זיכער בעסער אויב מען דארף באהאנדלען א פרוי און עס איז דא אין שטעטל א גרופע פון צוואנציג דרייסיג פרויען וואס קענען באהאנדלען, דאס איז זיכער מער צניעות'דיג.


איך ווייס עס וועלן זיין לצים וואס וועלן דאס אוועק מאכן, אבער מוהרא"ש האט אונז געלערנט דעם כלל: "לאכן לאכט דער וואס לאכט ביים סוף"; מען האט געלאכט ווען איך האב געעפנט די חדר, מען האט געלאכט ווען איך האב געעפנט די בית פיגא, מען האט געלאכט ווען מיר האבן געעפנט די שטעטל, און מען האט גאר שטארק געלאכט ווען מיר האבן אנגעהויבן חתונה מאכן אין שול וכו' וכו'; אבער לאכן לאכט דער וואס לאכט ביים סוף, און אז דאס וועט ברענגען קדושה וטהרה - בין איך גרייט צו זיין דער חוזק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.