בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פריוואט מיט די פאמיליע אין קאנטרי
צניעות, חינוך הילדים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, (חקת בא"י), ב' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך אזוי שטארק אז דו קומסט ביי אונז אין קאנטרי 'אילן החיים', דו וועסט זיין מיט אנשי שלומינו במשך דעם זומער.


איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט אויסניצן דעם זומער אזוי ווי עס דארף צו זיין, און פארברענג אין קאנטרי מיט דיין ווייב און קינדער, דיין שכן לאז פארברענגען מיט זיין ווייב און זיינע קינדער, מיש נישט אויס די יוצרות, שטופ זיך נישט אריין די נאז וואו דו געהערסט נישט, עס איז נישט איידל אריין צו גיין אין יענעמ'ס שטוב, אויך נישט אין יענעמ'ס חצר, פארטש וכדומה; אז יענער עסט נאכטמאל אין זיין חצר - שפאציר נישט אריין צו אים, שמועסן, לאכן - השם ישמרינו.


די וואס זאגן: "עס איז גארנישט שלעכט, מען שמועסט נאר, מען לאכט נאר, מען שמייכלט נאר, מען טוט גארנישט שלעכט"; אויף דעם זאגט די הייליגע תורה (משלי ו, כז): "הֲיַחְתֶּה אִישׁ אֵשׁ בְּחֵיקוֹ וּבְגָדָיו לֹא תִשָּׂרַפְנָה", קען דען א מענטש האלטן פייער אויפן שויס און זיינע קליידער וועלן נישט פארברענט ווערן? "אִם יְהַלֵּךְ אִישׁ עַל הַגֶּחָלִים וְרַגְלָיו לֹא תִכָּוֶינָה", קען דען א מענטש שפאצירן אויף ברענעדיגע קוילן און זיינע פיס זאלן נישט פארברענט ווערן? "כֵּן הַבָּא אֶל אֵשֶׁת רֵעֵהוּ, לֹא יִנָּקֶה כָּל הַנֹּגֵעַ בָּהּ", דאס זעלבע סוף וועט זיין מיט א מענטש וואס זאגט: "מען שמועסט נאר, מען פארברענגט, מען לאכט, מיר טוען נישט קיין שלעכטס"; מען ווערט פארברענט אין גיהנום רחמנא לצלן.


אלעס וואס דו מאכסט און טוסט - זאל זיין פריוואט מיט דיין משפחה, דאס הייסט פריוואט מיט דיינע קינדער, און געב זיך אכטונג נישט צו פארלירן אין 'קאנטרי' דיין גאנצע יראת שמים, נישט אומזיסט פלעגט דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו וויינען אויף די וואס פארן אוועק אין 'קאנטרי', מען זאלן וויסן אז דער אייבערשטער איז אויך דארט און מען דארף זיך אויפפירן מיט יראת שמים; ער האט געזאגט: "מען פארט אוועק פון שטאט, אבער מען פארט נישט אוועק פונעם אייבערשטן".


עס איז אזוי שיין און אזוי גוט ווען די שטוב איז ערליך, די שכינה רוט אין שטוב, אלע ברכות איז אין שטוב, און אוי וויי אויב מען פירט זיך נישט בצניעות, מען זיצט אינאיינעם קאפלס, מענער און ווייבער, אוי וויי וואס פאסירט, די שכינה גייט אוועק, און אז די שכינה איז נישט אין שטוב - קומען די מזיקים, עס קומט צרות רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.