בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ח' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
באנוץ זיך מיטן רבינ'ס עצה, גיי יעדן טאג א שפאציר, שפאציר מיטן אייבערשטן, שמועס זיך אויס דיין הארץ, גיס זיך אויס דיין הארץ, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, פארן אייבערשטן קען מען אלעס דערציילן, אויך זאכן וואס מען קען קיינעם נישט דערציילן, פריוואטע שעמעדיגע זאכן, שלום בית זאכן, חובות וכו'.
איך בין זיכער אז אויב דו וועסט דאס טון טעגליך; יעדן טאג, וואך נאך וואך – וועסטו זען גרויסע ישועות.
די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כג:), א איד איז געקומען צו זיין רבי אז ער האט נישט מער קיין געפיל צו זיין ווייב, עס איז נישטא קיין חן – ליבשאפט; האט אים דער רבי געפרעגט: "וואס איז די נאמען פון דיין ווייב?" זאגט ער: "חנה", האט דער צדיק מתפלל געווען און געלערנט דעם תלמיד צו מתפלל זיין, און אוודאי איז צוריק געקומען די חן און ליבשאפט; ווייל תפילה העלפט, און אז מען האט עקשנות צו בעטן יעדן טאג – זעט מען ישועות.
אויך אויב עס איז נאכנישט דא חן – זאלסטו רעדן מיט הכנעה צו איר; רעד שיין, געב גוטע ווערטער אפילו עס איז נישט אינגאנצן אמת, דאס איז נישט שקר; שקר איז ווען מען קריגט זיך, און אמת איז – אז מען איז מוותר און מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען בייגט זיך איין די קאפ פארן אייבערשטן, מען גלייבט אז ער מאכט אלעס, ער שטייט אונטער יעדע זאך, דאס איז אמת.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.