בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פרייליך מאכן דיין זיידע און באבע
שמחה, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך (שלח בא"י), כ' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


החתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן א שיינע לעבן אינאיינעם מיט דיין כלה תחי', ענק זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט דיין גאנץ לעבן געדענקען די פרייליכע צייט פון דיין שידוך, דו זאלסט אנהאלטן די שמחה, דיין גאנץ לעבן זאלסטו זיין פרייליך און דאנקבאר דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר.


אויך זאלסטו פרייליך מאכן דיין זיידע און באבע, דיין באבע ווערט זייער פרייליך ווען דו רופסט איר, און ווען דו גייסט צו איר. דיין טאטע עליו השלום איז געווען איר באליבסטער זון, און ווען דו מיט דיינע געשוויסטער קומען צו איר – לעבט זי אויף.


באצאל מיר פאר שדכנות אז דו וועסט רופן דיין באבע יעדן טאג און ארויפגיין צו איר כאטשיג איין מאל א וואך.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב ווי אן אייגן קינד.