בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר
עס קומט שוין דער הייליגער יום טוב חנוכה, מיר גייען אנצינדן די הייליגע ליכט. ביי אונז איז דער מנהג אז מיר טוען אן שטריימל און בעקיטשע, מען וואשט די הענט (אז מען איז זוכה צו כאפן א טבילה – איז גאר גוט), מען זאגט די לשם יחוד, און נאכן צינדן זיצט מען כאטשיג א האלבע שעה, מען זינגט זמירות און מען איז זיך מתבודד; מען בעט פאר זיך, מען בעט פאר די קינדער און פאר אלע אידן.
עס איז וויכטיג צו געדענקען אז בשעת די קינדער זיצן ביי די ליכט זאל זיין א פרייליכע אטמאספער, זינגען און טאנצן, פאטשן און קלאטשן, עס מוז צוגיין מיט גרויס שמחה. און שפעטער, ווען די קינדער לייגן זיך שלאפן – קען מען זיך אוועקזעצן מיט א לקוטי תפילות און בעטן און וויינען.
אז דו וועסט צינדן מיט שמחה – וועט שיינען אויף דיר די אור הגנוז וואס ווערט נתגלה ביים צינדן די הייליגע ליכט.