בעזרת ה' יתברך
יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר גוטע גריסן פון סקול; יעדע מאל איך באקום גוטע גריסן אויף די תלמידות פון בית פיגא האב איך אזויפיל הנאה און נחת, ווייל ביי מיר איז די עיקר די מוסד, די חינוך הבנים והבנות.
זיי ממשיך מיט'ן זאגן תהילים, זאג דעם יום תהילים יעדן טאג. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) אז תהילים ברענגט נאנט דעם מענטש צום אייבערשטן; ווער וויל נישט זיין נאנט צום אייבערשטן? ווער וויל נישט א לעבן מיטן אייבערשטן? יעדער וויל זיין גוט און יעדער וויל זיין וואויל, מען ווייסט נאר נישט וואס צו טון, ווי אזוי ווערט מען גוט? ווי אזוי ווערט מען פיין? קומט דער רבי און זאגט אונז אז די וועג ווי אזוי מען ווערט גוט און וואויל איז דורך זאגן תהילים, זאלסטו ווייטער ממשיך זיין מיט דיין גוטע וועג, צו זאגן און ענדיגן תהילים יעדע וואך.
דער עיקר זאלסטו זען עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער צווישן די קינדער, די קינדער זאלן זיין פרייליך און גוטמוטיג; דעמאלט וועט דער אייבערשטער זיין מיט אייך, עס וועט זיין א השראת השכינה אין סקול און אלע וועלן האבן גרויס הצלחה. ווייל וואו עס איז דא שמחה דארט איז דא השראת השכינה, מען שפירט אין די לופט די קדושה. ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", עס הערשט א שמחה; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:): "אֵין הַשְׁכִינָה שׁוֹרָה אֶלָּא מִתּוֹךְ שִׂמְחָה", דער אייבערשטער רוט נישט ביי איינעם וואס איז טרויעריג, נאר ביי א מענטש וואס איז פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך איז ער ביי די קדושה און אזוי אויך פארקערט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.