בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ו סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
נעכטן האט זיך אנגעהויבן דער זומער זמן, איך בין געזיצן מיט די בחורים אין מחנה אילן החיים אין די וואלד צווישן די ביימער, געלערנט מיינע שיעורים כסדרן אפאר שעה, עס איז ממש טעם גן עדן. איך שפיר זיך מיט די בחורים אזוי ווי פופצן יאר צוריק ווען מען האט געעפנט די ישיבה, מיט די זעלבע התחדשות; איך האב הנאה צו זיין מיט זיי, לערנען מיט זיי, שמועסן מיט זיי פון רבי'ן און פון יראת שמים.
אויך בין איך יעדן אינדערפרי אין כולל, איך לערן מיט די כולל אינגעלייט טור בית יוסף. יעצט לערנט די כולל הלכות שבת; סימן שא, הלכות פון הוצאה. איך האב מיך אזוי מחי' געווען, די אינגעלייט לערנען מיט אזא קלארקייט, מיט אזא ישוב הדעת. נעכטן האבן מיר געלערנט די הלכה פון טלית מקופלת, זיי קענען גוט די סוגיא, זיי זענען גוט אויסגעקאכט אין דעם, ממש צו באוואונדערן.
אויך איז דא די שיעור יעדן אינדערפרי נאכן דאווענען שחרית הינטן אין וואלד צווישן די ביימער, עס איז דא אסאך אינגעלייט וואס האלטן מיט די שיעור גמרא. איך האב פון דעם נחת, צו זען ווי מוהרא"ש'ס ארבעט גייט נישט לאיבוד; מוהרא"ש האט אזויפיל געאקערט אין אונז מיר זאלן לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, דער גאנצער טאג איז אנדערש ווען מען לערנט גמרא.
שבועות האב איך געבעטן דעם אייבערשטן איך וויל ווייטער ענדיגן שרייבן דעם פירוש 'שפתי תפתח' אויפן ליקוטי מוהר"ן, א פירוש אין אידיש; ברוך ה' איך האב יעצט געענדיגט סימן ד'. איך לייג אריין יעדן טאג אפאר שעה אין דעם; דאס לערנען און דאס אפשרייבן אין אידיש אויף למעשה, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט; נאר מחדש זיין חידושים אויף למעשה.
איך בעט דיר זייער זאלסט זיך פרייען מיט דעם אז דו ביסט א איד און נישט קיין גוי, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י) אויב מען האט א חיות און א שמחה פון דעם פרט - פון דעם קען מען נישט פאלן, ווייל וואס עס זאל נאר זיין, וואס עס זאל נאר איבערגיין אויף דיר - בלייבט מען ווייטער פרייליך, אז 'א איד בין איך, און א גוי בין איך נישט'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.