בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט באשטעלן ענוועלאפס פאר פדיון נפש אין אומאן; רעד צו האברך ... נרו יאיר ער זאל מאכן דערפאר א שיינע דיזיין. באשטעל עס שוין אז עס זאל זיין גרייט אויף ראש השנה; זייער אסאך מענטשן וואס קומען קיין אומאן האבן הנאה א גאנץ יאר פון די ישיבה, איז כדאי אז מען זאל האבן אין אומאן אפאר טישלעך וואו מען וועט קענען געבן צדקה פאר די ישיבה און פאר הדפסה וכו'.
אויך דארף מען שוין אנגרייטן סידורים און זמירות'לעך; רעד צו ... דערוועגן, ווייל ער האט דאס שוין געדרוקט. נעם פון אים די פיילס און דרוק עס איבער נאכאמאל.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר מיטן אויפשטעלן מוסדות וואו מיר וועלן מחנך זיין אונזערע קינדער מיטן הייליגן רבינ'ס לימודים, און איך בעט דיר זאלסט בלייבן מיט מיר ביז דיין חתונה. נאך דיין חתונה זאלסטו מיר אויך העלפן, נאר דעמאלט וועסטו דארפן גיין מאכן פרנסה אויסצוהאלטן דיין שטוב וכו', אבער יעצט ווען דו האסט נאך נישט דעם עול הפרנסה בלייב'זשע דא אין ישיבה מיר העלפן ווייטער מיט וואס דו קענסט מיר העלפן, און בזכות דעם וואס דו העלפסט מיר אויפשטעלן די מוסדות - סיי די חדר און סיי די מיידל שולע, מוסדות וואו מען ברענגט אויף קינדער מיט אמונה, אמונת חכמים און יראת שמים, וועסטו זוכה זיין צו עסן די שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
געדענק וואס שלמה המלך זאגט (משלי יג, כ): "הוֹלֵךְ אֶת חֲכָמִים יֶחְכָּם", ווער עס גייט צו ערליכע אידן ווערט קלוג, "וְרֹעֶה כְסִילִים יֵרוֹעַ", און ווער עס דריידט זיך מיט נאראנים וועט ביים סוף צעבראכן ווערן; אז מען דריידט זיך מיט אינגעלייט און בחורים וואס זייער גאנצע לעבן איז התחזקות און דיבורים פון רבי'ן וועט מען קלוג ווערן, אבער אז מען דריידט זיך מיט לצים ווערט מען פאר'מיאוס'ט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.