בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - צוויי מעדעצינען מיט א ווייטאמין, צו היילן די נערווען
שמחה, אמונה, רפואה, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין געווען ביי א גרויסער פראפעסאר, א גאר גרויסער דאקטער פאר מיינע נערווען, עס זאל נישט ווערן צעריסן. דער דאקטער האט מיר פארשריבן צוויי מעדעצינען מיט א ווייטאמין, און געלויבט דעם אייבערשטן אז צוביסליך ווערן די נערווען שטערקער און שטערקער. איך קלער, אזוי ווי דו גייסט אויך אריבער יעצט שווערע טעג און דיינע נערווען ווערן שוואכער און שוואכער, עס זעט אויס ווי עס גייט זיך איבעררייסן - איז כדאי זאלסט אייננעמען די צוויי טאבלעטן און די ווייטאמין.


דער נאמען פונעם דאקטער איז מוהרא"ש, און די נאמען פון די צוויי טאבלעטן איז 'אמונה' און 'שמחה', און די ווייטאמין איז 'תודה והודאה', דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; די זאכן שטארקן די נערווען, מען ווערט א געזונטער מענטש; געזונט גייסטיש, געזונט פיזיש, מען קען אלעס דערהייבן און פארנעמען.


לאך נישט, לאכן זאלסטו פון דער וואס רעדט צו דיר פון גראזן און געווירצן, מאגנעטן, ענערדזשי, הוידל בוידל, זאכן וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. יעצט איז געקומען צו מיר א משפחה, זיי האבן אזוי געוויינט ביי מיר אין אפיס, די פרוי האט אויסגעזען ווי זי גייט אראפ פון זין, זי קען זיך נישט אן עצה געבן מיט די קינדער וכו' וכו', און די פרוי איז א גרויסע טעראפיסט, זי רעדט מיט פרויען, זי נעמט פאר א האלבע שעה דריי הונדערט דאלער, אלע רעדן פון איר ווי זי קען היילן וכו' וכו', און זי קומט מיט איר מאן וויינען אז אירע נערווען זענען צעריסן; זעסטו שוין אז אלעס איז דמיון, כל זמן מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן, מען רעדט נישט פון אמונה, שמחה, תודה והודאה - איז דאס א גרויסע שקר.


דעם רבינ'ס מעדעצין - דאס העלפט, דאס מאכט שטארק; דאס רעדן צום אייבערשטן מאכט געזונט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה", דער עיקר אין לעבן איז אמונה, גלייבן אין אייבערשטן, גלייבן אז ער איז אלעס, ער טוט אלעס, "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", מען דארף זיך זייער שטארקן אין אמונה, גלייבן אז אלעס איז נאר דער אייבערשטער. "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים", ווייל עס זענען דא וואס ליידן, "שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", זיי האבן זייער שטארקע פיין, "וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", די פיין קומט נאר פון חסרון אמונה.


דא רעדט דער רבי פון אלע סארט גייסטישע פראבלעמען, אלעס נעמט זיך פון נישט זיין שטארק אין אמונה, "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל אז מען פאלט פון די אמונה, "בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", קומט אן די שטארקע פיין, "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת", און קיין שום זאך קען נישט היילן די פיין און צער; נישט קיין מעדעצין, "וְלֹא תְּפִלָּה", נישט קיין תפילות, "וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", און נישט זכות אבות, נאר איין רפואה איז דא - אמונה.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקֵייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְשִׁיטוּת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.