בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - צוריק באקומען דיין רוח חיים
תודה והודאה, התחזקות, סדר היום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


עס איז דא א ווארט פון רבי'ן: "איז דען א קונץ אראפצואווארפן א איד, א קונץ איז אויפצוהייבן א איד!" דאס איז נישט נאר ביי אנדערע, דאס איז אויך ביי זיך אליין, די קונץ איז זיך אויפהייבן, זיך מחי' זיין מיט וואס מען האט יא, און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גוטס וואס ער טוט.


ליבער טייערער ברודער, איך זע און פארשטיי אז עס גייט איבער אויף דיר וכו', וויל איך דיך מחזק זיין, נעם די לימוד פון צדיק, פון דאנקען און לויבן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט, און נעם די עצה פון גיין און זיך אויסבאהאלטן אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן, דורך לערנען די הייליגע תורה, און דורך זיך מתבודד זיין.


שטיי אויף פרי, גיי אין מקוה, גיי אין א ווינקל אין א שול מיט א פייל ספרים; א חומש, משניות, גמרא, מיט א תהלים, און זיי זיך מחי' מיט די ווערטער פון די הייליגע תורה, וועסטו צוריק באקומען דיין רוח חיים, דיין לעבעדיגע גייסט, און גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן,: "אֶטַיֵיל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן" (רש"י ויקרא כו, יב), שמועס מיטן אייבערשטן, דערצייל אים אויס דיין הארץ, און בעט אים ער זאל דיך העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו אמת'ע שמחה, זיך צו פרייען מיטן אייבערשטן, זיך צו פרייען מיט די מצוות, און מיט 'שלא עשני גוי'; איך זאג דיר, מער פון דעם דארף מען נישט, ווייל די צוויי עצות זעטיגט די נפש, מען הייבט אן לעבן.