בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, ליבער ברידער, תלמידי היכל הקודש ירושלים.
איך פריי זיך זייער אז איר נעמט זיך צאם יעדע שבת זיך מחזק זיין מיט'ן רבינ'ס עצות; יעדן טאג דארף מען פון פריש עצות און חיזוק ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, מען קען נישט נוצן די חיזוק פון נעכטן אויף מארגן, יעדן טאג דארף מען פון פריש מקורב ווערן.
דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תפא): עס זענען זיך אמאל צומגעקומען גרויסע שניידערס וואס האבן געוואלט מאכן א קלייד פאר די לבנה און זיי זענען געגאנגען אפמעסטן די מאס פון די לבנה, אבער די לבנה ווערט דאך יעדן טאג אן אנדערע מאס - קודם ווערט זי גרעסער און גרעסער און נאכדעם ווען זי איז שוין גרויס הייבט זי אן צו ווערן קלענער, זענען געקומען די קליינע שניידערס און זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן פרובירן וכו' האבן די גרויסע שניידערס געזאגט פאר די קליינע שניידערס: "וואס פרובירט איר, מה דאך מיר - וואס מיר זענען די גרעסטע שניידערס פון רוסלאנד האבן נישט געקענט, וועט איר קענען?!" דער רבי האט נישט אויסגעפירט דעם נמשל.
דער רבי האט דאך געגעבן רשות צו קנייטשן זיינע ספרים ווי אזוי מען וויל - בתנאי מען זאל נישט אוועק גיין פון שלחן ערוך; דער רבי לערנט אונז מיט די מעשה אז מיר זאלן נישט טראכטן אז מען קען זיך מסדר זיין א פארזיכערטע וועג ווי אזוי מיר וועלן אייביג קענען זיין ערליכע אידן. יעדער וויל זיך מאכן א סדר ווי אזוי צו זיין אן ערליכער איד און זיך מאכן א וועג ווי אזוי צו מצליח זיין אין לעבן, אבער מען קען נישט מאכן א וועג ווי אזוי מען קען זיין פארזיכערט אז אלעס וועט קלאפן וכו', ווייל איין טאג גייט מען ארויף - מען ווערט גרעסער, און איין טאג גייט מען אראפ - מען ווערט קלענער, יעדן איינציגסטן טאג איז דא פרישע איבערגייאכטס, פרישע מניעות און פרישע נסיונות וואס מען דארף קענען אריבער טראגן.
שטארקט אייך און זייט זיך מחזק; אפילו מען טרעפט זיך אין טיפע בלאטע דארף מען געדענקען וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן שב): "דער עיקר איז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'"; דאס וואס שטייט ביי יונה הנביא (יונה ב, ג) ווי ער האט געשריגן צום אייבערשטן ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען, אזוי אויך ווען מען שפירט ווי מען איז איינגעשלינגען ביים יצר הרע, מען פאלט אראפ אין שלעכטע מעשים - זאל מען שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד".
א פרייליכן שבת.