בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - צינדן די שבת ליכט רואיג, פרייליך און געלאסן
שמחה, חיזוק פאר פרויען, שבת קודש, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווי אזוי מען איז מקבל שבת - אזוי איז מען מקבל פנים די נשמה ווען זי קומט ארויף בעולם העליון. ווען א פרוי צינדט ליכט מיט שמחה, זי איז מקבל די נשמה יתירה מיט פרייד, מיט ליבשאפט, ווען עס וועט קומען די צייט ארויף צו גיין לעולם העליון - וועט מען מקבל זיין איר נשמה מיט גרויס פרייד.


אזוי זאגט רבי שמעון בר יוחאי (תקוני זוהר תיקון ו, דף כג:): "מָאן דִּמְקַבְּלִין אוּשְׁפִּיזִין" ווער עס נעמט אויף די געסט, וועלכע געסט? "דְּאִינוּן נִשְׁמָתִין יְתֵרִין" די נשמה יתירה, "דְּאִינוּן מַרְכִּיבִין עֲלַיְיהוּ בְעֶרֶב שַׁבָּת" וואס קומט ערב שבת, "בְּאַנְפִּין צְהוּבִין" מיט א ליכטיגע פנים, "בְּחֶדְוָה" מיט פרייד, "בְּעִנּוּגָא" מיט א פארגענוגן, "בְּהַאי עָלְמָא" אויף די וועלט, "כַּד נִשְׁמָתָא וְרוּחָא וְנַפְשָׁא נָפִיק מִן גּוּפֵיהּ מֵהַאי עָלְמָא, הָכִי מְקַבְּלִין לוֹן" אזוי וועט מען איר מקבל פנים זיין, "בְּעָלְמָא דְאָתֵי" אויף יענע וועלט, "וְאִתְּמַר בְּהוֹן" אויף דעם מענטש שטייט (תהלים פד, ד): "גַּם צִפּוֹר מָצְאָה בַיִת וגו'".


"זַכָּאָה אִיהוּ" וואויל איז דעם מענטש, "מָאן דִּמְקַבֵּל אוֹרָחִין בִּרְעוּ שְׁלִים" וואס נעמט אויף געסט מיט א גוטע ווילן, "כְּאִלּוּ מְקַבֵּל אַנְפֵּי שְׁכִינְתָּא" עס איז אזוי ווי ער איז מקבל פנים, ער נעמט אויף - דעם אייבערשטן, "דִבְמִדָּה דְמָדַד בַּר נַשׁ" ווייל ווי אזוי א מענטש פירט זיך, "בָּהּ מוֹדְדִין לֵיהּ" פירט מען זיך מיט אים.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט קענען אנקומען אין צייט, צינדן די שבת ליכט רואיג, פרייליך און געלאסן. מען זעט ווי דער סמ"ך מ"ם מאכט משוגע מענטשן; פרייטאג אין די זומער וואכן איז אזוי לאנג, דאך קומט מען נישט אן צו צינדן אין צייט, מען לויפט אין שויער ביים זמן, מען שרייט, מען רעגט זיך; דאס אלעס מאכט דער סמ"ך מ"ם כדי מען זאל נישט אויפנעמען דעם גאסט, דעם שבת קודש - מיט שמחה און פרייד.


מיין מאמע תחי' פלעגט זיך אנטון שוין צום ליכט צינדן א שיינע קלייד, זי פלעגט זאגן: "מיט די קלייד וואס מען צינדט די שבת ליכט - זיצט מען אין גן עדן"; דאס איז פון דעם אויבנדערמאנטן שטיקל זוהר וואס זאגט, ווי אזוי מען נעמט אויף דעם שבת - אזוי וועט מען מקבל פנים זיין די נשמה.


וואויל איז די פרוי וואס גייט אריין שבת מיט א שמחה, מיט שלום און ליבשאפט.