בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - צניעות ביים ארבייטס פלאץ
תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר פרויען, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבטס זיך זייער אכטונג איר זאלט ארבעטן בצניעות, געבטס אכטונג נישט צו רעדן פריינטליך מיט קיין שום פרעמדע מאן; אלע שאלות וואס האט צו טון מיט די ארבעט זאלט איר ענטפערן קאלט און טרוקן, קורץ און שארף, נישט מער און נישט ווייניגער.


איך ווייס נישט וואס די מצב איז דארט ביי די ארבעט, דאס דארפט איר אליינס וויסן, אויב איז דאס גוט פאר אייך אדער נישט; ווייל אויב פירט מען זיך נישט איידל - איז נישט ווערד די גאנצע דשאב, עס לוינט נישט צו פארלירן די גאנצע לעבן פאר די פאר דאלער, עס לוינט נישט צו פארלירן יענע וועלט פאר די פאר דאלער.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין אין א גוטע פלאץ, איר זאלט נישט האבן צו טון מיט פרעמדע מענער, איר זאלט זיין אין א ריינע פלאץ; מאכטס התבודדות איר זאלט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, ווייל דורך התבודדות שווימט ארויף די אמת. ווען מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן, מען דערציילט אים אלע פרטים - שווימט ארויף די אמת, מען ווייסט נאכדעם ווי אזוי זיך צו פירן.


טוטס וואס יוסף הצדיק האט געטון ווען ער האט געדארפט ארבעטן ביי דעם גוי טמא פוטיפר, ער האט א גאנצן צייט געבעטן שטילערהייט דעם אייבערשטן ער זאל אים היטן פון שלעכטס, ביז דער גוי טמא פוטיפר האט געזען ווי דער אייבערשטער איז מיט אים. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (בראשית רבה פו, ה) יוסף הצדיק פלעגט רעדן צום אייבערשטן און שטענדיג האבן זיך זיינע ליפן געשאקלט, ביז פוטיפר האט אים איינמאל געפרעגט: "זאג מיר, וואס שאקלסטו מיט דיינע ליפן, דו מאכסט כישוף?!" האט אים יוסף הצדיק געענטפערט: "ניין, איך איך בין נישט קיין כישוף מאכער, איך האב א גרויסן באשעפער, וואס איך בעט אים איך זאל נישט צוקומען צו שלעכטס".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.