בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
זוכט אייך נישט קיין צרות, זוכט אייך נישט קיין פראבלעמען, קוקט נישט אויף פרעמדע בחורים און מענער, וואס דארפט איר צרות? אז איר גייט אין גאס אדער איר פארט מיט די באס – זאלט איר נישט קוקן אויף פרעמדע, אזוי וועט איר זיין אפגעהיטן פון צרות.
אז איר וועט זיך פירן בצניעות - וועט איר באקומען א גוטע חתן און זוכה זיין צו ערליכע קינדער. די הייליגע חכמים זאגן (מגילה יג:): "בִּשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיְתָה בָּהּ בְּרָחֵל זָכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָהּ שָׁאוּל", רחל אמינו האט זוכה געווען אז פון איר איז ארויסגעקומען דער גרויסער צדיק שאול המלך, וויבאלד זי האט זיך געפירט בצניעות, "וּבִשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיָה בּוֹ בְּשָׁאוּל זָכָה וְיָצָאת מִמֶּנּוּ אֶסְתֵּר", און שאול המלך האט זוכה געווען - דורכדעם וואס ער האט זיך געפירט בצניעות - אז פון אים איז ארויסגעקומען די גרויסע צדיקת אסתר המלכה, און דער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן ט): "הַצְּנִיעוּת שֶׁבְּאִשָּׁה מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס גייט אנגעטון צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.