בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט צניעות האלט מען זיך שטאלץ
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך מיט אייער צניעות, ווייל צניעות איז דאס שטאלץ פון אידישע קינדער; דאס אז איר זענט איינער אליינס פון צווישן אלע אייערע חבר'טעס וואס גייען אנגעטון אזוי שטארק צניעות'דיג דארף אייך ברענגען שטאלץ און גאוה.


איר זאלט חס ושלום נישט טראכטן קיין איין רגע אז איר זענט נעבעכדיג וכו', נאר שטאלצירט מיט אייער לבוש און האלטס אייך גרויס מיט אייער צניעות'דיגע קליידער; ווען עס קומט צו אידישקייט - דארט איז א מצוה צו האבן גאוה, אזוי ווי מיר געפונען ביי דעם אידישן קעניג יהושפט וואס האט פארמאגט א גרויסע רייכטום – געלט, כבוד און אלסדינג - דאך זאגט דער פסוק (דברי הימים-ב יז, ו): "וַיִּגְבַּהּ לִבּוֹ בְּדַרְכֵי ה'", ער האט זיך געהאלטן גרויס מיט זיינע גוטע מעשים וואס ער האט געטון פארן אייבערשטן; ער האט נישט געהאט קיין גאוה פון זיין געלט, פון זיין פאלאץ אדער פון זיינע טייערע קליידער, נאר פון זיינע גוטע מעשים – אז ער האט אויסגערוימט אלע עבודה זרה'ס פון לאנד.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס גייט אנגעטון בצניעות וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס דער אייבערשטער באצאלט פאר א מיידל וואס גייט אנגעטון צניעות'דיג בשעת ווען אלע אירע חבר'טעס גייען נישט אזוי שטארק צניעות'דיג.


די הייליגע חכמים זאגן (מדרש רות רבה ד, ט): פארוואס האט בועז געוואלט חתונה האבן מיט רות? ווייל ער האט געזען אויף איר אז זי איז אנדערש פון אלע מיידלעך; אלע מיידלעך וואס זענען געקומען צו אים אין פעלד קלויבן לקט שכחה און פאה פון די זאנגען האבן זיך אראפגעבויגן אויפצוהייבן פון די אראפגעפאלענע תבואה און ווען מען בייגט זיך אראפ הייבט זיך אויף די קלייד און דאס איז נישט צניעות'דיג, אבער רות האט זיך נישט אראפ געבויגן נאר זי האט זיך אראפגעזעצט אויף אן אויפן אז איר קלייד זאל זיך נישט אויפהייבן. נאך זאגן חז"ל (שם) אז ער האט געזען ווי די מיידלעך לאכן ארום מיט די בחורים וואס האבן דארט געארבעט, אבער רות האט נישט גערעדט מיט פרעמדע מענער און נישט געלאכט פון זייערע ווערטלעך, דאס האט אים באאיינדרוקט אז די מיידל איז א גרויסע צדקת און פון דעם פאר-פאלק איז ארויס געקומען דוד המלך.


איך האף אז אין אייער הארץ זענט איר נישט מקנא די אנדערע מיידלעך וואס קומען פון שטובער וואו מען איז נישט אזוי מקפיד צו גיין אזוי ווי מען גייט ביי אייך. טראכטס נישט: 'א שאד איך בין אין א משפחה וואס מען גייט אזוי יאנטשי אנגעטון', נאר דאנקט דעם אייבערשטן: "רבנו של עולם, איך דאנק דיר אז איך בין געבוירן אין א משפחה וואס מען פירט זיך ערליך און איידל". איר האט טייערע עלטערן ערליכע אידן, אז איר וועט זיך פירן ווי זיי וועט איר בקרוב טרעפן א גוטע ערליכע שידוך און זוכה זיין אז פון אייך וועט ארויס קומען ערליכע דורות וואס וועלן ליכטיג מאכן די גאנצע וועלט.


ווי לאנג איז מען דען א מיידל? מען געבט זיך איין דריי און מען ווערט א כלה, מען האט חתונה, מען האט קינדער און מען האט שוין גרויסע קינדער; יעצט פרעג איך אייך: ווער וויל נישט שעפן נחת? יעדער וויל נחת, אבער נישט יעדער איז גרייט צו טון די זאך וואס ברענגט נחת, אז דער רבי זאגט צו בנים הגונים פארן גיין אנגעטון צניעות'דיג וואס דארף מען מער פון דעם.


איך האף אז דער בריוו וועט אייך מחזק זיין.