בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קאנטרי "אילן החיים" א גוטע סביבה פאר די זומער
חברים, חובות, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קוק ארויס אויפ'ן קומענדיגן זומער אז דו גייסט זיין אין אונזער קאנטרי "אילן החיים" דחסידי ברסלב.


מיר האבן א נאמען געגעבן אונזער קאנטרי "אילן החיים", אויפ'ן ספר הקדוש אילן החיים וואס מוהרא"ש האט מחבר געווען. דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין שמא קא גרים; די פלאץ, די ביימער – זאלן אריינבלאזן א חיים, א לעבן - אין אנשי שלומינו, אלע שמועסן און פארברענגען אונטער די ביימער – זאלן זיין פון רבי'ן, פון רבי נתן, רבי נחמן טולטשינער און רבי אברהם בן רבי נחמן זכותם יגן עלינו. מוהרא"ש האט א נאמען געגעבן דעם ספר לויט די השתלשלות פון די צדיקים וואס האבן אונז איבערגעגעבן דעם רבינ'ס ווערטער: מוהרנ"ת, רבי נחמן טולטשינער, זיין זון רבי אברהם בן רבי נחמן און ר' לוי יצחק זכרונם לברכה.


די קאנטרי האב איך געקויפט מיט גרויס מי און פלאג, איך האב געבארגט קרוב צו צוויי מיליאן דאלער. איך האב דאס געטון נאר כדי עס זאל זיין א פלאץ פאר אנשי שלומינו צו קענען זיין אינאיינעם, מחנך זיין די קינדער בקדושה ובטהרה, נישט פאלן אין יראת שמים, נאר צובאקומען יראת שמים.


אזוי גייט עס, וואו א מענטש דרייט זיך, מיט וועמען מען זיצט – אזוי ווערט מען; אז מען גייט אין א קאנטרי וואו מען שיכור'ט – וועט מען אויך א שיכור, אז מען גייט אין א פלאץ וואו מען טרונקט פון די יין המשומר (חיי מוהר"ן, סימן רס) – וועט זיך אויך עפעס אנקלעבן.