בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
א גרויסן דאנק פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די קהילה און פאר די מוסדות; פון אלעס וואס דו פארמאגסט, פון אלע דיינע נכסים - וועסטו איין זאך מיט נעמען, דאס וואס דו בויסט תלמוד תורה'ס, מיידל סקולס, בתי מדרשים, קעמפס, מקוואות, כוללים וכדומה; נאר דאס וועט דיר באגלייטן אויף יענע וועלט.
שוין איבער פופצן יאר אריבער פון ווען דו האסט געבויט די ישיבה בנין אין וויליאמסבורג אויף סקילמאן סטריט, מאך זיך א חשבון וויפיל תורה, קדושה און אמונה איז ארויסגעקומען פון דעם מקום, דאס אלעס גייט אויף דיין חשבון, און דאס איז די נכסים וואס דו וועסט מיטנעמען מיט דיר.
איך וויל דיר מעורר זיין, דו האסט געבויט אין שטעטל די גאס ירושלים, עס איז דא דארט א פראבלעם, די קארס פארן אריין אינעם גאס און אויך די קינדער שפילן אין גאס, עס איז א גרויסע סכנה; מען רעדט דא פון קליינע קינדער וואס עס קען חס וחלילה פאסירן אן אומגליק.
עס איז דא א מצוה אין די תורה (דברים כב, ח): "וְעָשִׂיתָ מַעֲקֶה לְגַגֶּךָ וְלֹא תָשִׂים דָּמִים בְּבֵיתֶךָ", מען דארף מאכן א צוים אויפן דאך עס זאל נישט פאסירן קיין אומגליק; דארף מען עפעס מאכן אז די קארס זאלן נישט פארן דארט וואו די קינדער שפילן, מען איז מחויב צו מאכן א מעקה, עס זאל נישט זיין קיין סכנה.
די יאר וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל אויף חודש תשרי. ראש השנה זענען מיר ביים רבי'ן אין אומאן מיטן אייבערשטנ'ס הילף, יום הקדוש, סוכות, הושענא רבה און שמחת תורה - וועל איך זיין אין שטעטל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.