בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קומען צום רבי'ן, נאר מיט שלום בית
שלום בית, התחזקות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מיר פארן שוין פון היינט צוויי וואכן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, ביים רבי'ן האט מען נאר געקענט זיין דער וואס האט שלום בית. מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט דער רבי זיך צוקאכט און געזאגט: "ווי וואגט זיך צו קומען צו מיין טיש איינער וואס האט נישט קיין ריינע מחשבות", און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין צימער און מער נישט געוואלט בלייבן זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער, האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן וויינען, און זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען די תורה.


וואס איז געווען די מעשה מיט דעם אינגערמאן? מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אז דער אינגערמאן האט זיך אביסל צעאמפערט מיט זיין ווייב בעפאר ער איז געקומען צום רבי'ן, און דער רבי האט שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש, אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית; ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח, מען ווערט אויס מענטש, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין א טיפע גרוב.


ווי קען מען קומען קיין אומאן ווען מען טוט וויי די ווייב? ווי קען מען קומען אין אומאן ווען מען טשעפעט און מען האט נישט קיין שלום בית? מוהרא"ש פלעגט אלע יארן ראש השנה רעדן פון וואס דער הייליגער אריז"ל זאגט, אז שופ"ר איז די ראשי תיבות פונעם פסוק (דברים כט, יז): "פֶּן יֵשׁ בָּכֶם שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה"; לכאורה וואס האט דער פסוק מיט בלאזן שופר? זאגט מוהרא"ש, אז רש"י זאגט, וואס איז דאס שורש פורה ראש ולענה? "שׁוֹרֶשׁ מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין שֶׁהֵם מָרִים, כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם"; דאס הייסט אז ווען מען הערט דעם שופר דארף דאס אויפוועקן דעם מענטש ער זאל תשובה טון, ארויס נעמען פון זיך דאס רשעות וואס ליגט אין אים וכו', און דאס הייבט זיך אן אין שטוב, מען זאל אויפהערן טשעפען און וויי טון די ווייב.


איך האף דו וועסט אריינעמען די בריוו אין דיר, דו וועסט זיך איבערבעטן און אנהייבן לעבן ריכטיג, וועסט רעדן ווייך, וועסט רעדן שיין און הארציג צו דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.