בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דארפסט פארשטיין דיין ווייב, דארפסט זיך אריינלייגן אין איר מצב, זי האט נישט זוכה געווען צו שפירן די טעם פון התקרבות לרבינו, און אז אלע ארומיגע לאכן פון ברסלב - איז דאס ביי איר ווי ווערן אפגעבריט פון פייער. געלויבט דעם אייבערשטן אז דו האסט יא זוכה געווען צו טועם זיין פון די יין המשומר, מאכט נישט אויס פאר דיר וואס מענטשן זאגן אויף דיר און וואס מענטשן טראכטן פון דיר, אבער דיין ווייב - זי ווערט יא צעדריקט פון די משפחה און פון וואס מענטשן זאגן וכו'.
ובכן דארפסטו טוישן דיין בליק אויף איר, דו דארפסט איר פארשטיין, דו דארפסט זיך רעכענען מיט אירע געפילן; קענסט איר נישט שלעפן קיין ברסלב, קענסט איר נישט שלעפן וכו'; פאר איר איז דאס אזוי ווי ווערן אפגעגאסן מיט הייסע וואסער, און אז דו קענסט קומען ראש השנה קיין אומאן, זי שלינגט דאס אראפ יאר נאך יאר, דיין פארן קיין אומאן דאס איז דער עיקר, און פאר דעם אליינס דארפסטו איר שוין ליב האבן מיט די גרעסטע ליבשאפט.
ליבער ברודער, קוק אויף דאס גוטס פון דיין ווייב, ברוך השם זי איז אן ערליכע, אן אשה צנועה, אן אשה כשרה, זי איז א גוטע מאמע פאר די קינדער, זי פירט אן ערליכע שטוב, מיט צניעות, און נאך אסאך מעלות וואס זי האט; קוק נאר אויף דעם און טראכט נאר פון דעם, און דאנק דעם אייבערשטן אז זי האלט דיך נישט אפ פון פארן צום הייליגן רבי'ן; גיי יעדן טאג התבודדות, דאנק דעם אייבערשטן פאר די ווייב, דאנק דעם אייבערשטן פאר אלעס וואס דו האסט, דאס וועט דיך אוועק טראגן אין אן אנדערע פלאץ, אין אן אנדערע וועלט, דו וועסט אנהייבן שפירן דא בזה העולם השפל די זיסע ליכטיגע איינגענעמע געשמאק פון גן עדן.
איך דארף מקצר זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.