בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, ירושלים.
די וואך האבן מיר אין די פרשה זייער א וויכטיגע זאך, דער אייבערשטער זאגט פאר אברהם אבינו: "לֶךְ לְּךָ" - גיי פאר דיר; גיי פאר דיין טובה.
אין די צוויי ווערטער ליגט א וויכטיגע זאך פאר יעדן איינעם; דער אייבערשטער זאגט פאר יעדן איד: לֶךְ לְּךָ - קוק אויף דיר, קוק נישט אויף אנדערע; אויב דו ווילסט מצליח זיין אין לעבן, אויב דו ווילסט דינען דעם אייבערשטן - טארסטו נישט קוקן אויף קיינעם, נאר אויף דיר, לֶךְ לְּךָ. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן השמטה, חלק ב') אויפ'ן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אז אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן, "רַק עַל יְדֵי שֶׁהָיָ' אֶחָד", נאר ווייל ער האט אויף קיינעם נישט געקוקט, "רַק כְּאִילוּ הוּא אֶחָד בָּעוֹלָם", ער האט געטראכט 'איך בין איינער אליין' וכו', עיין שם.
דאס איז זייער א וויכטיגע יסוד, אויב וויל מען מצליח זיין אין לעבן - נישט צו קוקן אויף קיינעם; סיי אויף לצים און סיי אויף עובדי ה'. בפרט די פרישע מקורבים וואס ווערן מקורב צום הייליגן רבי'ן קענען אסאך מאל האבן חלישות הדעת ווען מען קומט צום רבי'ן און מען זוכט צו טרעפן די ברסלב'ע מלאכים, מען זוכט 'וואו זענען די עובדי ה'?' פון דעם קען מען אסאך מאל אוועק פאלן; אזוי האט שוין פאסירט מיט אסאך.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר דערציילט, איינער פון די היינטיגע משפיעים אין ברסלב איז דאס אריבער; ער איז געקומען דאווענען ראש השנה אין שול אין מאה שערים און ער האט דארט באקומען אזא חלישות הדעת... דעם צווייטן טאג ראש השנה איז ער געגאנגען דאווענען אין תולדות אהרן, ער האט מחליט געווען אז דאס איז נישט פאר אים. ער איז געקומען צו מוהרא"ש און מוהרא"ש האט אים מחזק געווען ער זאל נישט קוקן אויף 'קיינעם', נאר נעמען די ספרים פון רבי'ן און זיך מחי' זיין דערמיט.
מוהרא"ש אליינס ברענגט (רגעי מוהרא"ש, סימן נה, נז) ווען ער איז געקומען צו פארן קיין ארץ ישראל נאכן לערנען עלף יאר דעם רבינ'ס ספרים האט ער געמיינט אז ער גייט טרעפן א שול מיט מלאכים, ווען ער איז אבער געקומען אין שול אין מאה שערים און געזען די לצים האט ער געהאט חלישות הדעת; אזוי גייט עס אן אין אלע צייטן. דארף מען וויסן און געדענקען די וויכטיגע הקדמה אין לעבן פון לֶךְ לְּךָ - קוק אויף דיר, לֶךְ לְּךָ - גיי דיר דיין וועג, דין דעם באשעפער אויף דיין וועג.
איך בעט אייך זייער מיינע טייערע ברידער פון ירושלים עיר הקודש, שטארקט אייך, יעדער האט זיין זאך וואס דער אייבערשטער וויל פון אים, וואס נאר ער קען טון און קיינער קען דאס נישט אויסכאפן פון אים; דאס זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה: לֶךְ לְּךָ - קוק אויף דיר, לעב מיט דיין נקודה.
נאך א זאך בעט איך ענק, געדענקט וואס די לבנה האט געזאגט פאר די זון (סיפורי מעשיות, מעשה ג' - פונעם חיגר): "וואס זארגסטו פרעמדע זארג? מיין זארג איז, די שדים נעמען אוועק מיינע כחות, זיי לאזן מיר נישט גיין, דאס איז מיין זארג", דאס זאלט איר חזר'ן, זארגט נישט פרעמדע זארג, אונזער זארג איז נאר איין זארג: 'ווי אזוי קען איך זיין אן ערליכער איד, א פשוט'ער איד; האבן שלום בית, ליב האבן אהיים צו גיין, זיין א גוטער מאן און א וואוילע טאטע פאר די קינדער; מער פון דעם אינטערעסירט מיר נישט'.
היט אייך פון מחלוקת און פון לשון הרע, היט אייך פון זארגן פרעמדע זארג; בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך, איך וויל אזוי שטארק זיין פרייליך, איך וויל נאר טון דיין ווילן; וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין פאלן, העלף מיר רבונו של עולם איך זאל זיך שוין צוריק קערן צו דיר".
איך וועל זיין אין די נאנטע טעג, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף - אין ארץ ישראל; איך בעט אייך זייער מאכט נישט קיין פרסום, איך וויל דאס נישט; איך האף איר וועט נישט מפרסם זיין אז איך קום, נאר דעמאלט וועל איך זיין ביי אייך אין שול, אויב וועט זיין א פרסום וועל איך גיין נאר קיין יבנאל און צו תלמידים אין שטוב.
אנשטאט מיך מפרסם זיין - זייט מפרסם די ספרים און קונטרסים אינעם קו, דאס וועט צוריק קערן אזויפיל אידן צום אייבערשטן; זייט מפרסם די גליונות און בריוו וואס איז מחי' אזויפיל אידן. מיר פערזענליך זייט נישט מפרסם, איך האב נישט קיין כח דערצו.
איך בענק נאך אייך.