בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קוק אין דיין האנט, וואס באקום איך פון רבי'ן
תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז מיר א גרויסע פלא אז דו הערסט אויס האטליינס וואס שטעלן זיך אהער כלומר'יש צו זיך אננעמען פארן רבינ'ס כבוד, און נאכדעם באקומסטו חלישות הדעת ווען דו הערסט ווי מען איז מבטל היכל הקודש וכו'.


עס איז מיר א וואונדער אויף תלמידי היכל הקודש אז מען זוכט נאך תירוצים צו פארענטפערן וכו' וכו'; מוהרא"ש האט אונז געלערנט ווי אזוי מען זאל צו גיין צו די סארט טענות, ווען מען האלט פאר 'היתכן דו לערנסט ספרי ברסלב, אמער דער האט נישט געהאלטן און יענער האט נישט געהאלטן וכו'?' מוהרא"ש האט אונז געברענגט צו אזא גדלות המוחין מיר זאלן ענטפערן (נישט יענעם, נאר זיך אליינס זאגן): "אפילו מען וועט אראפברענגען שטיקער פייער פון הימל, מלאכים וועלן שרייען אז מען טאר נישט אריינקוקן אין די ספרים און קונטרסים וועל איך זיי נישט אויסהערן, ווייל אז איך האב געפונען ספרים און קונטרסים וואס ברענגט מיך צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה, קען קיינער אין דער וועלט מיך נישט אפהאלטן"; און אזוי איז געווען ביי מוהרא"ש אליינס, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן איז ער געווארן א ברענעדיגע פאקל, און זיין טאטע איז געווארן דערשראקן (דעמאלט איז ברסלב נישט געווען באקאנט אין די וועלט, מען האט געמיינט אז מען דארף זיצן שבעה אויב די קינד לערנט ברסלב'ע ספרים), ער איז ארומגעלאפן צו צדיקים מיט מוהרא"ש, זיי זאלן אים זאגן ער זאל נישט לערנען די ספרים, און מוהרא"ש מיט זיין עזות דקדושה האט געזאגט: "ווי קען מען מיר זאגן אפצולאזן די הייליגע ספרים וואס ברענגען מיך נאנט צום אייבערשטן? ווי קען איך אויסהערן ווען מען רעדט מיך אפ פון לערנען ספרי ברסלב ווען דייקא די ספרים מאכן מיך לערנען און דאווענען און זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן? אפילו מען וועט מיר ברענגען שטיקער פייער פון הימל, מלאכים ושרפים חיות ואופנים וואס וועלן מיך אפרעדן - טאר איך זיי נישט צוהערן, ווייל אז איך האב געפונען א רבי וואס געבט מיר אמונה, א קלארע לויטערע אמונה צו לעבן מיטן אייבערשטן, אטעמען אייבערשטן, גיין מיטן אייבערשטן, א רבי וואס מאכט מיך לערנען כל התורה כולה, א רבי וואס מאכט מיך טון מצוות מיט שמחה - וועל איך קיינעם נישט אויסהערן".


מיר איז א וואונדער דאס וואס דו שרייבט מיר אז דו רופסט האטליינס וכו'; וואס איז דא צו הערן? וואס איז דא נאכן טועם זיין פון די יין המשומר? דער רבי האט דאך געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס): "ווער עס האט מיך טועם געווען אים קען מען שוין נישט פארנארן", און דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, זיך נישט לאזן נארן; די וועלט נארט, לאזט אייך נישט נארן"; איז וואס איז דאס אז תלמידי היכל הקודש האבן בכלל א רייץ צו רופן האטליינס וכו' און צו קוקן דרשות ווי דער פארענטפערט און יענער פארענטפערט; דאס אריינגיין בטוען ונטען מיט די סארט מחשבות איז נישט גוט, דאס צעקלאפט און צעברעכט דעם מענטש, ביז מען ווערט צומישט און צע'חוש'ט.


ליבער ברודער מאך זיך א חשבון וואס דער הייליגער רבי געבט דיר, גיי א שפאציר אינדרויסן פון געגנט אין א ליידיגע גאס, און זאג: "הייליגער באשעפער איך ווייס דאך יא דעם אמת ווער איך בין און וואס איך בין געווען איידער איך האב געפונען דעם הייליגן רבי'ן, איז וואס גייט מיר אן וואס מען רעדט, וואס גייט מיר אן וואס מען זאגט? וואס ווער איך שוואך ווען מען זאגט מיר אז דער האט יא געהאלטן און דער האט נאר געהאלטן למחצה ולשליש, לאמיך קוקן אין מיין האנט - וואס האב איך מרוויח געווען? וואס האב איך פארדינט? וואס באקום איך פון דעם רבי'ן?"


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.