בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קוק נישט קיין קליפס, מאוויס, ווידיאוס וכדומה
משניות, מאוויס, לימוד התורה, דאווענען, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קוק נישט קיין מאוויס, קליפס וכדומה לזה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", דער קען נישט דאווענען, "מַיִּין מְרִירִין" דאס דאווענען האט ביי אים א ביטערע טעם, ווי ביטערע וואסער; מען האט נישט קיין געפיל צו קומען אין שול דאווענען, און ווען מען קומט שוין אין שול - האט מען נישט קיין געדולד צו עפענען דעם סידור, און ווען מען עפנט שוין דעם סידור קומט אים אן אזוי שווער דאס דאווענען, מען שמועסט, מען איז פארנומען מיט אנדערע זאכן; דאס קומט פון די עבירה פון פגם הברית.


קוק נישט קיין קליפס, מאוויס, ווידיאוס וכדומה. דער רבי זאגט (שם): "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", די עבירה ברענגט א קרענק וואס רופט זיך 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און האט נישט קיין געדולד צו דאווענען.


אז דו האסט ליידער שוין אזויפיל געקוקט, האסט מטמא געווען דיינע מוחין - זאלסטו לערנען תורה, אז מען לערנט תורה - באקומט מען צוריק די מוחין. די זאך איז נאר אז דער וואס האט פוגם געווען אין פגם הברית פארלירט די מוחין, מען פארשטייט נישט, מען קען זיך נישט קאנצעטרירן, מען האט נישט קיין מח צו לערנען בעיון, דערפאר זאלסטו זאגן יעדן טאג משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, ווייל דיין מח איז אויסגעריסן פון אזויפיל זינדיגן, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, זאלסט זאגן פרקים משניות, ווייל משניות רייניגט דעם מענטש. "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, און ער ווערט ריין.


משניות האט א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי"; דורכדעם וואס מען זאגט משניות, נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


אויב דו קענסט זאגן אכצן פרקים משניות - איז דאס א מורא'דיגע זאך; ח"י פרקים משניות יעדן טאג מאכט אז דער מענטש זאל ווערן לויטער, עס געבט צוריק דעם מח פארן מענטש, ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין דער עקלדיגע עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח מחשבה. ווייל די זרע קומט פונעם מח, און אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקנט וכו', און ווען מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח.


קום היינט צום ליל שישי שיעור, לאמיר זיך אינאיינעם שטארקן מיט די מתנות, מיט די אוצרות וואס דער רבי האט אונז געגעבן.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט מיר די יאר אויך העלפן מיט די יערליכע קאמפיין, אויך וויל איך דיר געבן א קליינע געשאנק, ממש א קלייניקייט, איך וויל דיר עס געבן פערזענליך (אז דו קענסט קומען צו מיר אין שטוב פון די קומענדיגע וואך זונטאג א וואך, זונטאג פרשת עקב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.