בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן
מדות טובות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, די מעשה פון חז"ל, (ירושלמי דמאי א, ג; חולין ז.), ווי רבי פנחס בן יאיר זאגט פאר זיינע תלמידים אז די וואס געבן אכטונג אויף די כבוד פון די חברים - די דארפן נישט מורא האבן פון ווערן דערטראנקען, די קענען אריינגיין אין וואסער.


יעצט אין די דריי וואכן דארף מען חזר'ן מיט די קינדער פון זיך נישט קריגן, פון אכטונג געבן נישט וויי צו טון חברים.


בעט דעם מעלער זאל מאכן א בילד ווי איינער גייט אריבער א טייך, ווי די טייך איז געשפאלטן, און אין דער זייט שטייען נאך אפאר מענטשן.


די מעשה הייבט זיך אן אינמיטן:


איך האב מורא אריינצוגיין אין די וואסער, אויך איך האב מורא, אפשר וועט די וואסער אונז פארשוועמען, אפשר נאר דער רבי וואס איז אזוי גרויס, ער דארף נישט מורא האבן; די תלמידים פרעגן דעם צדיק: "רבי, מיר מעגן אויך אריבער גיין אין וואסער?"


טייערע קינדער, דער הייליגער צדיק רבי פנחס בן יאיר איז געגאנגען אויסלייזן א איד פון די רוימער, ער האט איינגעשפאנט זיין אייזל און געפארן אינאיינעם מיט זיינע תלמידים.


אויפן וועג שמועסט דער צדיק מיט זיינע תלמידים, ער דערציילט זיי פונעם באשעפער'ס וואונדער, מען זעט די שיינע בערג און די שיינע טאלן, די שיינע זון מיט די וואלקענעס.


זיי פארן ביז זיי קומען אן צו א טייך, נישטא קיין בריק, נישטא קיין שיפן, דער צדיק פארלירט זיך נישט, דער צדיק בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך א נס אז די טייך זאל זיך שפאלטן, איך זאל קענען ראטעווען דעם איד פון תפיסה".


דער צדיק רופט זיך אן צום טייך: "טייך, טייך, איך בין גוזר אויף דיר דו זאלסט זיך שפאלטן", די טייך מאכט זיך נישט וויסנדיג, זי גיסט אירע וואסערן ווייטער אזוי ווי עס וואלט גארנישט פאסירט, ביז דער צדיק זאגט: "אויב דו וועסט זיך נישט שפאלטן וועל איך בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זיך אינגאנצן אויסטרוקענען, עס וועט ווערן אויס טייך".


אלע תלמידים קוקן מיט וואונדער און זיי זעען ווי די טייך שפאלט זיך, דער צדיק גייט אריין אינמיטן פון די וואסער, אבער די תלמידים האבן מורא, איינער רופט זיך אן צום אנדערן: "איך האב מורא אריינצוגיין אין די וואסער", "אויך איך האב מורא", "אפשר וועט די וואסער אונז פארשוועמען, אפשר נאר דער רבי וואס איז אזוי גרויס, ער דארף נישט מורא האבן", די תלמידים פרעגן דעם צדיק: "רבי מיר מעגן אויך אריבער גיין אין וואסער?"


דער צדיק רבי פנחס בן יאיר דרייט זיך אויס צו זיי און זאגט זיי די ווערטער: "די וואס האבן נישט געטשעפעט די חברים, די דארפן נישט מורא האבן, די קענען מיט מיר אריינקומען אין די וואסער, אבער די תלמידים וואס טשעפען אנדערע - די זאלן בעסער נישט אריינגיין אין וואסער, ווייל די וואסער וועט זיי פארשוועמען.


טייערע קינדער, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל מער קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן, איך זאל נישט טשעפען קיינעם, און קיינער זאל נישט ווערן פון מיר געטשעפעט, אפילו אומווילנדיג, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.