בעזרת ה' יתברך
יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, מנהל היכל הקודש ירושלים
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געזאגט פאר די עלטערן וואס זענען געקומען מיט א טענה מען זאל ארויסווארפן די קינדער פון חדר וואס די עלטערן האבן אין שטוב טעלעוויזיע: "איך שיק נישט ארויס די קינדער, און מען דארף נישט מורא האבן צו האבן די קינדער ביי אונז אין תלמוד תורה; אדער וועלן די קינדער באאיינפלוסן די עלטערן און זיי וועלן אויך ווערן ערליכע אידן, אדער וועלן די עלטערן ארויסנעמען די קינדער"; וכך הוה, צענדליגער און הונדערטער זענען היינט ערליכע אידן נאר ווייל דער רבי האט גענומען די קינדער און זיי געגעבן די הייליגע ריינע חינוך.
אזוי איז ביי אונז; מיר האבן געהאט קינדער און מיר האבן נאכאלץ קינדער וואס די עלטערן האבן נישט כשר'ע טעלעפאונס און קאמפיוטערס אין שטוב, מיר לייגן אריין אין די קינדער יראת שמים, סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך, און עס איז דא אן הבטחה פונעם אייבערשטן, פון ווען דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו ער זאל גיין רעדן צו די אידן - אז אידן וועלן אננעמען וואס מען רעדט צו זיי.
די מלמדים דארפן וויסן, ווען קינדער רופן זיך אן 'מיר האבן געקוקט ווי מיידלעך טאנצן' דארף דער מלמד רעדן צו די קינדער פון יראת שמים: "מען טאר נישט הערן מיידלעך זינגען און מען טאר נישט קוקן", און אז די קינדער שרייען צוריק: "מיין טאטע קוקט, מיין טאטע הערט!" דארף דער מלמד אכטונג געבן נישט צו בארעדן די עלטערן, אבער די ווערטער פון יראת שמים דאס זאגט מען נאכאמאל און נאכאמאל.
ווער נישט דערשראקן פון אזעלכע מעשיות; די מעשיות דארף דיר געבן מער כח אריינצולייגן אמונה און קדושה אין די קינדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.