בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד מרדכי אינדיג נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי
ווען איך בין געווען אין חדר א וואך פאר פורים האב איך מיטגעהאלטן ווי אזוי די קינדער טאנצן, עס איז געווען אזוי פרייליך, אזוי לוסטיג; א שאד אז מען טוט דאס נישט יעדן טאג. אין בית פיגא איז דאס א חלק פון די לימודים, די קינדער פון אלע כיתות טאנצן יעדן טאג. עס איז גוט מען זאל דאס איינפירן אין תלמוד תורה, די קינדער זאלן טאנצן אפאר מינוט איידער מען גייט עסן מיטאג. עס איז זייער וויכטיג אז עס זאל זיין זייער פרייליך, ווייל אז קינדער טאנצן, זיי געבן זיך אויס - פארשפאָרט מען אסאך פראבלעמען.
איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען וואס איז די פליכט פון זיין א מנהל, א מנהל איז דא פאר איין זאך, ער זאל מחזק זיין די מלמדים, געבן גוטע ווערטער פאר די מלמדים, שמייכלען צו יעדן מלמד און העלפן די מלמדים. מען דארף נישט קיין מנהל פאר טעכנישע זאכן, אלע זאכן וואס זענען טעכניש - דאס קען טון דער מענעדזשער, דער סגן מנהל וכו', דער מנהל דארף מען פאר איין זאך - פאר די נשמה, פאר די חיות; יעדער מלמד זאל שפירן ווי ער האט א פלאץ ביים מנהל אין הארץ און ער האט איינער וואס שטארקט אים, דאס איז סיי פאר א מנהל און סיי פאר א מנהלת.
אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט שוין אנגרייטן די פלענער פאר זומער, רעד מיט האברך יודל נרו יאיר אויב ער וויל נאכאמאל זיין מיט די קינדער וכו', און אויך אנגרייטן די גאנצע סטעף פארן זומער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.