בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך פריי זיך זייער אז איר נעמט אן נאך א יאר צו לערנען מיט אונזערע קינדער אין "בית פיגא", איך האף איר האט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט נעכטן ביי די אסיפה מיט אלע טיטשערס.
איינע פון די עיקרים וואס איך פארלאנג פון די טיטשערס, אז מען זאל אריינלייגן אין די קינדער א ליבשאפט צו איידלקייט, א ליבשאפט צו צניעות; וויפיל איך הער צוריק פון די עלטערן זאגן זיי אלע אז די קינדער קומען אהיים מיט אזא ליבשאפט צו צניעות.
א טייל עלטערן זאגן מיר אז זיי ווילן אנטון די קינדער נישט אזוי ווי מען דארף (די עלטערן האבן א פארקערטע געפיל, זיי האט מען אריינגעלייגט א פיינטשאפט צו צניעות וכו'), אבער די טעכטער וויינען, זיי בעטן: "מאמי, איך וויל מער איידעלער, איך האב ליב צניעות".
דאס איז – ווי איך פארשטיי – אייער ארבעט; ווי איר מאכט עס מיט א שטארקע חכמה, נישט געצווינגען, איר מאכט עס פרייליך, איר מאכט מען זאל דאס וועלן.
אין דעם זכות זאלט איר האבן א גוט געבענטשט יאר.