בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א קלוגע ברסלב'ע ווייב
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי זייער גוט אייער ווייטאג, איר האט אזוי שטארק געוואלט חתונה האבן, אויפבויען א ריינע הייליגע שטוב, און למעשה האט אייער מאן אין שטוב די כלים וואס טויגן נישט; א טעלעפאן, טעבלעט, לעפטאפ, און נישט נאר פאר זיך, פאר זיין ארבעט קוקט ער וכו', ער נעמט די קינדער און ווייזט זיי זאכן, נייעס, און דזשאוקס, און אייער הארץ פלאצט פון ווייטאג, איר שרייבט אז איר קענט מער נישט, איר שפירט ווי איר ברעכט אונטער.


איך בעט אייך זייער, חס ושלום אונטערברעכן, דער אייבערשטער שיקט נישט קיין נסיון נאר פאר די וואס קענען דאס ביישטיין, און אז מען האט אייך געברענגט די שידוך, מוז זיין אז איר האט די כוחות צו האבן א שיינע איידעלע שטוב.


לדעתי זאלט איר נישט רעדן מיט אייער מאן פון די נושא, זייט אים געטריי, פירט זיך מיט אים מיט ווארעמקייט און מיט ליבשאפט, נאר שטילערהייט ווען קיינער זעט נישט זאלט איר זיך אויסגיסן אייער הארץ צום אייבערשטן, און אים בעטן א מתנת חנם עס זאל אריינגיין א רוח טהרה אין אייער מאן, און ביידע פון ענק זאלן אינאיינעם אויפשטעלן די שטוב מיט יראת שמים.


איך ווייס זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו, מעשיות ווי ביי אייך, מעשיות וואס דער מאן האט געכאפט א שטיקל גליטש, און נאר בזכות די קלוגע ברסלב'ע ווייב וואס האט שטילערהייט געבעטן דעם אייבערשטן פאר אן ערליכע שטוב, עס זאל אריינגיין א רוח טהרה אין אים, און מיט סבלנות, מיט ווארעמקייט, מיט דן זיין לכף זכות – זענען זיי געווארן ערליכע אידן, גרויסע צדיקים.


(אגב, אז מען רעדט פון דן זיין לכף זכות, וואס איז די ווארט 'לכף'? כף איז טייטש א לעפל, איך האב געזען פון איינע פון די גורע רבי'ס, עס איז דא א שיך לעפל, אמאל ווען מען קען נישט אנטון א שוך, עס איז צו קליין, באניצט מען זיך מיט דעם, מען קוועטשט אריין די פוס אין די שוך, זאגט ער, דאס מיינט דן זיין לכף זכות, מען זאגט נישט דן זיין לזכות, ווייל אמאל קען מען ממש נישט דן זיין לזכות, עס שטומט נישט, דארף מען דן זיין לכף, מען דארף נעמען א שיך לעפל אריינצוקוועטשן לזכות).


איך בעט אייך בכל לשון של בקשה, קוקט גוט אויף אייער מאן, ער איז ליכטיג, ער איז טייער, עס גייט אריבער יעצט וואס גייט אריבער, און אז איר וועט אים שטיין צו די רעכטע האנט, איר וועט אים נאר זיין ווארעם און ליבליך, נישט זיין דער משגיח, נישט זיין ווי א מאמע, נאר ווי א ווארעמע ליכטיגע ווייב, וועט ער צוריק קומען, ער וועט אלעס אפלאזן, ער וועט נאך ווערן מער ערנסט ווי אייך.


הערט פרייליכע ניגונים, פרייליך מוזיק, זינגט און טאנצט, די קינדער זאלן גארנישט וויסן און גארנישט מיט האלטן, זיי זאלן נישט ווערן דערשראקן און אומזיכער, (איר זאלט היטן אלע הלכות מיט די גרעסטע מאס יראת שמים).


איך קען קוים ווארטן צו באקומען די בריוו וואו עס שטייט ברוך מתיר אסורים, ווי איר זענט אויסגעלייזט, ווי אלעס איז צוריק אין פלאץ; נאר מיט דעם רבינ'ס עצות מיט תפילה, אמונה, סבלנות – איז מען זוכה צו די ישועה.