בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קלעב נישט קיין סטיקערס אויף די גאסן
הפצה, דרך ארץ, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, וויליאמסבורג


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, קלעב נישט קיין סטיקערס; מאך נישט קיין שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן, עס טוט מיר וויי צו זען סטיקערס פונעם האטליין אנגעקלעבט אין אלע גאסן, קלעבן סטיקערס איז נישט די וועג.


אז דו ווילסט פארשפרייטן די נומער פונעם האטליין קענסטו געבן קארטלעך מיט'ן נומער; קלעב נישט קיין סטיקערס, דאס איז נישט אונזער וועג.


בכלל דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען גייט הפצה; דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע"; מיר דארפן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ, אלע זאלן זען ווי אזוי א ברסלב'ער חסיד פירט זיך, וואס דער רבי לערנט מיט זיינע תלמידים.


נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט התמדת התורה; מאך זיך שיעורים אין מקרא, משנה, גמרא, הלכה און אויך אינעם רבינ'ס ספרים. אפילו עס איז דיר שווער צו פארשטיין, דו כאפסט נישט אויף וואס דו לערנסט - זאלסטו ווייטער לערנען אויף דעם וועג. די לימודים וואס מען לערנט אין חדר זאלסטו לערנען מיט פארשטאנד, אויסהערן דיין מלמד און דאס גוט איבער חזר'ן, אין דיין איבריגע צייט זאלסטו לערנען שנעל אפילו אן פארשטיין.


אויך זאלסטו גיין התבודדות; זוך א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, דארט זאלסטו גיין זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.