בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען קען אייביג אנהויבן פון דאסניי
תשובה, ראש השנה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


ליבער ברודער, הארציגער חבר, ראש השנה דארף מען זיין פרייליך, און אויך דארף מען ראש השנה וויינען צום אייבערשטן (שיחות הר"ן, סימן כא), וואס די ביידע זאכן גייען אינאיינעם; ווייל מיר פרייען זיך אז דער אייבערשטער הערט אויס אונזער געוויין, און נעמט אן אונזער תשובה, און דער הייליגער אריז"ל זאגט, אז אין די הייליגע טעג איז זייער גוט צו וויינען צום אייבערשטן, און ווען עס כאפט אן א שטארקע ציטער און מען פלאצט אויס אין א געוויין, איז א סימן אז אין די מינוטן איז מען דן דעם מענטש, ואף על גב דאיהי לא חזי, מזלי' חזי; איז וואויל פאר דעם מענטש וואס ניצט אויס די הייליגע טעג זיך אויסצואוויינען פארן אייבערשטן, און מיט תשובה טון און מיט גוטע קבלות.


וויסן זאלסטו, די קליפות און די סטרא אחרא קענען נישט נעמען די הייליגע טעג, ביי זיי איז דאס די ערגסטע צייט, ווייל זייער גאנצע ארבעט פון א גאנץ יאר ווערט אויס, זיי ארבעטן שווער אראפצואווארפן דעם מענטש אין עבירות רחמנא לצלן, זיי זענען מכשיל דעם מענטש מיט פוגם זיין אין מידת יסוד, און ווען עס קומט די הייליגע טעג, זיי זעען ווי אלע אידן קומען צום אייבערשטן מיט הכנעה, מיט א צעבראכן הארץ און וויינען און בעטן: "'אבינו מלכינו', אונזער טאטע דער קעניג פון די וועלט, 'החזרנו בתשובה שלימה לפניך', מיר ווילן תשובה טון, 'סלח ומחל לכל עוונותינו', זיי אונז מוחל אויף אונזערע זינד...", דאס איז פאר זיי די ערגסטע צייט; וואס טוען זיי? זיי קומען מיט ליגנט, מיט אכזריות, זיי ברענגען מחשבות פון יאוש, אז מען זאל שפירן ווי מען איז שוין דערנאך, זיי צעקלאפן דעם מענטש, מען זאל טראכטן: 'וואס האב איך תשובה צו טון, פאריאר האב איך אויך תשובה געטון, פאריאר האב איך אויך געמאכט קבלות און גארנישט, צוריק צום אלטן וכו' וכו''; ליבער ברודער, הער זיך נישט צו צו דעם, די מחשבות פון יאוש איז סם המות, דאס איז פונעם סמ"ך מ"ם, דאס איז שקר, ווייל אפילו אויב מען איז געפאלן אין עבירות, קען מען זיך פון דארט צוריק קערן צום אייבערשטן, און אויב מען טוט תשובה, מען לאזט אפ די שלעכטס, און מען איז מקבל פונדאסניי צו זיין אן ערליכער איד, און צו גיין בדרך התורה, זיך נישט אוועקרירן פונעם שלחן ערוך, און מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, נעמט אים דער אייבערשטער צוריק מיט די גרעסטע ליבשאפט; וואויל איז דעם מענטש וואס איז זיך נישט מייאש און מאכט פרישע גוטע קבלות, וועט ער זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.