בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בלייב אין ישיבה וואו דו ביסט, קריג זיך נישט מיט דיין מאמע, און אפילו דיין טאטע איז מסכים אז דו זאלסט קומען, אבער אז דיין מאמע וויל דו זאלסט זיין אין די ישיבה וואו דו ביסט יעצט - זאלסטו זיך נישט קריגן. היינט קען מען מיט האלטן אלעס פון אונזער ישיבה אויף קול ברסלב, יעדע שמועס וואס דער ראש ישיבה שמועסט מיט די בחורים - קען מען הערן אויף קול ברסלב. עס קען אפילו זיין אמאל גרינגער צו מקבל זיין ווען מען איז אין א צווייטע ישיבה און מען הערט זיך צו אויף קול ברסלב צו די שיעורים פון דער ראש ישיבה - ווי ווען מען זיצט אין ישיבה; אמאל קען מען באקומען א חלישות הדעת וכו', אמאל קען דער ראש ישיבה זאגן עפעס מוסר, און אז מען איז נישט גענוג שטארק צו וויסן אז דאס איז לטובה - קען מען אמאל נתרחק ווערן דערפון.
בלייב אין דיין ישיבה, האלט מיט די סדרי הישיבה, און אז מען לערנט שיעור עיון - זאלסטו מיט האלטן די שיעור, און אין די איבריגע צייט זאלסטו גורס זיין משניות און גמרא אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו), און אין די פרייע צייט און ביינאכט ווען דו גייסט זיך לייגן - זאלסטו הערן די שיעורים אויף קול ברסלב 212-444-9191, די שיעורים זענען אזוי וויכטיג, עס האט אזויפיל אמונה, אזויפיל התחזקות אין אלע ענינים, אזוי וועסטו זיין נאנט וכו', ווייל עס קען אמאל אויסזען אז איינער איז נאנט, ווען באמת איז ער ווייט; מען קען זיך דרייען הינטער די פיס און זיין גאר אפילו א גבאי - און מען הערט נישט די שיעורים, מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים, איז מיט וואס איז מען נאנט? און עס קען אמאל אויסקוקן אז איינער איז ווייט, און באמת איז ער אזוי נאנט, ער לערנט די ספרים און הערט די שיעורים.
געב א גרוס פאר דיין טאטע, זאג אים אז איך האב דיר געשריבן, עס וועט אים פרייליך מאכן, דיין טאטע זארגט אזוי שטארק פאר דיר, ער האט דיך זייער ליב.
מיר וועלן זיך זען אם ירצה ה' ביים רבי'ן ראש השנה אין אומאן.