בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
זיי זיך מוסר נפש צו קומען אין שול יעדן טאג דאווענען שחרית, מנחה, מעריב.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאסירט אז מען קומט אין שול, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות טז.): "מַה נְּחָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִטֻּמְאָה לְטָהֳרָה", אזוי ווי א טייך, ווען דער מענטש וואס איז טמא טובל'ט זיך אין טייך – ווערט ער טהור, "אַף אֹהָלִים", אזוי אויך א שול, "מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִכַּף חוֹבָה לְכַף זְכוּת", נעמט אוועק אלע פראבלעמען, מען זעט ישועות.
ברודער טייערער, ליבער ברודער, נעם עס נישט גרינג, מיין נישט עס איז א קלייניקייט, ווייל נאר אז מען דאווענט די דריי תפילות מיט מנין – בלייבט מען אידיש און מען ברענגט אידישע דורות.
בעט: "רבונו של עולם, איך וויל קומען אין שול, העלף מיר איך זאל צעברעכן אלע מניעות".