בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא
שריי נישט אויף דיינע קינדער און זיכער נישט שבת קודש, דער הייליגער זוהר זאגט (תיקוני זוהר תיקון מח, פה ע"א) אויפן פסוק (שמות לה, ג): "לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת" זאלסט נישט אנצינדן א פייער אין שבת, זאגט דער זוהר נאך איין ווארט: 'אש הכעס' צינד נישט אן די כעס אין שבת קודש, רעג זיך נישט אויף אין אזא הייליגע טאג. דער זוהר זאגט (תיקוני זוהר תיקון כד, סט ע"ב) שבת איז די גיהנום אויסגעלאשן, אלע נשמות פון גיהנום רוען שבת קודש, אויסער דער וואס רעגט זיך אויף; ווייל מיט זיין כעס צינדט ער אן דעם גיהנום און ער וועט דארפן זיצן שבת אין גיהנום רחמנא לצלן.
כעס איז אזוי געפערליך, דער אריז"ל זאגט (עיין שער רוח הקודש דף ח ע"ב) אלע עבירות וואס מען פאלט דורך, קען מען פאררעכטן, אויסער כעס איז זייער שווער צו פאררעכטן, מען פארלירט די נשמה און עס איז זייער שווער עס צוריק צו ברענגען, און דאס מאכט אלע צרות, און אז מען זאל ליידן.
בעט די תפילה יעדן טאג:
"רבונו של עולם ראטעווע מיך פון כעס, ראטעווע מיך פון זיין נערוועז און פון מקפיד זיין אויף יעדע זאך, ובפרט ווען מיינע קינדער טאנצן און שפרינגען, זיי דרייען איבער די שטוב - זאל איך זיך קענען איינהאלטן און נישט ווערן בכעס, און אויב חס ושלום איך וועל זיך יא אויפרעגן זאל איך זיי נישט רצח'ענען, איך זאל נישט צוקומען צו שלאגן, שרייען וכדומה.
הייליגער באשעפער ראטעווע מיך פון עבודה זרה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קה:) ווער עס רעגט זיך אויף - איז דאס אזוי ווי ער דינט עבודה זרה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, אזוי וועל איך זיך נישט אויפרעגן.
אנא השם איך האב שוין פרובירט אזויפיל מאל צו בלייבן רואיג און נישט ווערן בכעס, איך האב שוין געמאכט אזויפיל התחלות און ביים סוף פארליר איך זיך און איך ווער נאכאמאל אין כעס, עס צינדט זיך אן אין מיר א שלעכטע פייער, די פייער פון גיהנום, און איך ווער משוגע; איך שריי, איך שלאג, איך צעברעך; בעט איך דיר, ראטעווע מיך איך זאל קענען אינגאנצן אויסרייסן די שלעכטע מדה פון כעס, און מער קיינמאל נישט זיין קיין קפדן, מעתה ועד עולם אמן סלה".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.