בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך זאג אייך נאכאמאל, אייער מאן איז נישט שלעכט, ער איז נישט פארדארבן, ער גייט נישט צו שלעכטע פלעצער, ער איז פשוט צעבראכן פון זיינע יונגע יארן, דאס מאכט אים אויסדרייען דעם סדר היום, שלאפן בייטאג און זיין אויף ביינאכט, און אויב איר וועט בעטן דעם אייבערשטן, איר וועט האבן סבלנות – וועט איר זען ווי אלעס וועט זיך טוישן.
ביז דערווייל זאלט איר זיך מאכן א געהעריגע סדר היום, גייט שלאפן אין צייט, ווארטס נישט ביז דריי פיר אזייגער פארטאגס, עס וועט נישט העלפן אז איר וועט אויף בלייבן ביינאכט ביז אייער מאן קומט אהיים, אויך וועט נישט העלפן דאס רופן טויזנט מאל, טעקסטן טויזנט מאל. דאס איז גוט ווען עס פאסירט אמאל אמאל, ווען דער מאן פארזוימט זיך; אים צו רופן, אים דערמאנען אז איינער ווארט אויף אים אין שטוב. אז עס פאסירט אמאל דעמאלט בלייבט מען אויף, מען ווארט אפ דעם מאן. אין אייער פאל ווען זיין סדר היום איז אויסגעדרייט, ער שלאפט בייטאג, ער שטייט אויף פארנאכטס און ער גייט ארויס פאר די נאכט - וועט נישט העלפן דאס אויסווארטן און דאס רופן און טעקסטן. ענדערש זאלט איר זיך מאכן א געהעריגע סדר היום, גיין שלאפן צייטליך.
דאנקט דעם אייבערשטן אז יעדער איז געזונט, דאנקט דעם אייבערשטן אז יעדער איז ערליך, דאנקט דעם אייבערשטן אז איר זענט חתונה געהאט, מיט ליכטיגע קינדער, און נאכן דאנקען זאלט איר בעטן פאר אייער מאן ער זאל האבן א סדר היום. בעטס עס מיט רחמנות, נישט מיט עצבות, בעטס דעם אייבערשטן א מתנת חנם, נישט אז עס מוז אזוי זיין, און ווארטס מיט געדולד אויף די ישועה.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.