בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א רחמנות אויף מענטשן וואס האבן נישט א גוטע וועג ווייזער
הפצה, מורה דרך, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


דו האסט מיר זייער דערפרייט ווען דו האסט מיר געזאגט: "אלע מיינע עצות נעם איך נאר פון עצתו אמונה". וואויל איז דיר אז דו לעבסט מיט'ן רבי'ן, מיט מוהרא"ש און מיט אלע צדיקים.


א רחמנות אויף מענטשן, זיי האבן נישט א וועג ווייזער, זיי גייען הערן גוים רחמנא לצלן. קוק ביי דיר, ביי דיינע געשוויסטער; דער ברודער הערט דעם גוי טמא, דער אנדערער ברודער נעמט זיינע עצות פון ... – א גוי טמא ומטמא, משוקץ ומתיעוב. אזוי זענען ליידער דא אזויפיל אידישע קינדער וואס האבן נישט די עצות, די וועג – פון רבי'ן; גייען זיי נאך גוים אדער עצה געבערס וואס נעמען זייערע עצות פון גוים.


דאס אליינס דארף דיר געבן א שטופ צו גיין הפצה, פארשפרייטן די נייע קונטרסים עצתו אמונה, איש אמונות וכו'; די זיסע עצות וואס מוהרא"ש לערנט אונז פון הייליגן רבי'ן.


ביי מיר אין שטוב, פון מיין חתונה – האב איך קיינמאל נישט אריינגענומען קיין שום צייטונג, בפרט די אידישע צייטונגען וואס איז פול מיט טומאה. עס איז אן אנדערע שטוב ווען עס קומט נישט אריין קיין שום ליין מאטריאל פון די גאס, כל שכן ווידיאוס וכו'.