בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די ריכטיגע וועג צו לערנען הלכה, צו מצליח זיין אין הוראה
כולל, הדרכות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד די כולל אינגעלייט שיחיו


איך פריי זיך זייער אז מען האט אנגעהויבן דעם זמן בשעה טובה ומוצלחת, איך האף צום אייבערשטן ענק וועלן מצליח זיין.


איך וויל ענק זייער בעטן מען זאל האלטן די זמנים, קומען צייטליך. כולל הויבט זיך אן צען אזייגער, דאס מיינט אז צען אזייגער דארף מען שוין לערנען נאך אלע הכנות; ווייל נאר אז מען האלט די זמנים, מען איז ערנסט מיט די צייט - קען מען מצליח זיין.


אויך וויל איך בעטן פון אלע כולל אינגעלייט אז יעצט, דעם זמן, ווען מען חזר'ט איבער הלכות שבת - זאל מען זיך קאנצעטרירן נאר צו חזר'ן טור בית יוסף, מחבר רמ"א, און טורי זהב און מגן אברהם, וכל המוסיף גורע; קען זיין אויפן מינוט וועט אויסקוקן אז דער וואס לערנט וואס מער אחרונים - קען מער, אבער עס איז נישט אזוי. איך געדענק ווען איך בין געווען אין כולל ביי מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכרונו לברכה, האב איך אויך געוואלט לערנען וואס מער אחרונים, אבער מיין זיידע האט מיר געזאגט: "לערן טור בית יוסף, מחבר רמ"א, טורי זהב און מגן אברהם - אזוי וועסטו האבן הצלחה אין הוראה".


אויך זאלט איר זאגן ברכת התורה מיט כוונה, און אויך אהבת עולם זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ענק זאלן מצליח זיין, לערנען און פארשטיין און קענען וויסן די הלכה ווי אזוי מען פסק'נט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.